Person · individual
Yechiel
יחיאל
The narrator’s brother, who left for the station with the narrator and Leah.
Page scan 419HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 419
מאנטי׳ד נײנאכט, א טאג פאר דער ערשטער כמיעלגיקער
אױםזידלוגגס־אקציע, האג איך זיך טעלעפאניש פארבונדן
מיטן נאטשאלניק פון דער באן־סטאציע פאן װיט׳ װעלכן
איך האב געפרעגט צי איך קאן נאך אװעק מיט דער קאלײ־
קע. איך האב געװאלט זיך צובאקומען צו מײן פאטער אין
מוטער װעלכע האבן זיך שוין געפונען אין ראקעװ. ער איז
מיט אונדז געװעזן באפרײנדעט און ער האט מיך טאקע
נישט אנטוישט. ער האט מיר באלד צװויסנגעגעבן, אז
איך זאל נישט פארלירן קיין צײט און קומען, גלײכצייטיק
האט ער מיר איבערגעגעבן, אז א גרופע ס.ס.־לײט מיט
אוקראאינער, בערך 80 מאן, די פארניכטונגס־באנדע, איז
ארויסגעפארן מיט דער קאלײקע פון יענדזשעיעװ און
קומען אן קײן כמיעלניק דורכצופירן די אקציע. איך׳ מײן
ברודער יחיאל און מײן שװעםטער לאה זענען באלד אװעק
צו דער סטאציע, דארט האבן מיר געטראפן אברהם גוטמאן
זיך אויסבאהאלטן. דער זײגער האט געקלינגען 12 בײנאכט
און עם איז אנגעקומען די קאלײקע מיט א שטארקן פײף
פון יענדזשעיעװ. באלד אין אויגנבליק זענען ארויס 2
דײטשן. זײ האבן מיך באפאלן, אלץ צוגענומען, װאם איך
האב געהאט, מיר צוגעגעבן א פאר פעסטע קלעפ און זענען
אװעק. איך האב דערװײל אויפגעזוכט מײן שװעסטער און
ברודער װאס האבן זיך געהאט באהאלטן. געזוכט האב איך
זיי פייפנדיק די מעלאדיע פון ״התקוה״ אלם סיגנאל. מיר
זענען אלע ארײן אין א װאגאן װאם איז אװעק מיט דער
קאלײקע קײן ראקעװ. אנקומענדיק קײן ראקעװ באלד פרי
האב איך זיך גלײך פארבינדן מיט דער כמיעלגיקער פאםט
בכדי געװויר צו װערן װאם עס איז געשען. דער פאםט־
טרעגער ראזשקאװםקי, האט מיר געענטפערט ? ״רעד
נישט מער, װײל עס איז געפערלעך ד און ר׳האט פארמאכט
דעם טעלעפאן.Connected nodes