Kehilot/Drohiczyn
Library
Place · town

Antapolia

אנטאפאליע

A town whose students attended the yeshiva.

Page scan 68MEDIUM confidence
Learn more with AI

Read more about Antapolia than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Antapolia
Beyond the book

A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.

Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
2
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 68
Open exact passage
אויף דעם צװײטן זמן האב איך אלײן איבערגענומען די פירונג פון דער ישיבה, װעלכע איז מיט דער צײט שטארק אויסגעװאקםן, מיר האבן געהאט תלמידים פון כאמםק, יא־ נאװע, מאטעלע, אנטאפאליע, קאברין, װי אויך פון בריסק. מען האט דער ישיבה איבערגעטראגן אין גאם־בית־ה׳מדרש און איך פלעג פאר די קינדער אלײן זאגן דעם שיעור יעדן טאג. איך האב די תלמידים געװיזן דעם װעג װי צו לערנען אלײן. זײ האבן אלעטאג געדארפט צוגרײטן א לײענען, דאס הײסט, אלײן לערנען, און דאס האט געגעבן די קינדער חשק צום לערנען. דער משגיח איבער די תלמידים איז געװען דער אלטער ר׳ געצל, א חשוב׳ער ײד, װעלכער האט אויך ארויס־ געהאלפן די קינדער צו מאכן דעם לײענען. איך האב געזאגט שיעורים אין דער ישיבה אין משך פון דרײ יאר . ...
Source passage 2
OCR · respaced for reading · scan 78
Open exact passage
װאנענדי פאליאקן זײנען דורכגעגאנגען, האבן אויסגעשטאנען געברענטע צרות. איך געדענק װי א באנדע פאליאקן האבן זיך ארײנגעריסן אין תשעה־באב אין חסידים־שטיבל׳ װו מיר האבן אלע, אין טלית־און־תפלין און אין זאקן׳ געדאװנט מנחד״ און האבן די פון תענית־פאר׳חלש׳טע ײדן פארנומען צו טרײבן זײערע םטאדעם אנגערויבטע בהמות קײן אנטא־פאליע. דאם איז נאך געװען פון די קלײנע זאכן. באנדעם ב/יואפנטע פאליאקן זײנען געלאפן װי די צעױשעטע חױת פון שטוב צו שטוב און האבן גערויבט און געשלאגן מבות רצח. זײ פלעגן אראפציען די שטױול און די שיך פון יעדן ײדישן מאן און פרוי. ,אין די נעכט, ליגנדיק אויפן בוידעם, פלעגט מען הערן גרוילעכע יללות, וועלכע האבן זיך געטראגן פון יידישע הײזער, װו די באנדיטישע פאליאקן האבן זיך געלאזן וװילגײן איבער די הילפלאזע ײדן. אײן טאג האבן זיך צו מיר אין הויז ארײנגעריסן א פאר פאליאקן אזן גענומען זיך צו מיר איך זאל זיי געבן געלט. זײ האבן אויסגעטרײסלט מײנע קעשענעס, און נישט זײענדיק באפרידיקט מיט דער קלײנעם םומע געלט, האבן זײ אנגעשטעלט אױף מיר זײערע ביקםן, איך זאל זײ װײזן, װו איך האב באהאלטן מיץ גאלד, אז ני׳ש ט שיסן זײ מיר, עס איז געזוארן א געװײן און א יללה פון מיינע בני־בית און קוים מיט צרות האבן מיר זיך אפגעבעט בײ די רויבערשע פאליאקן. דאם רויבן, שלאגן, און שענדן פון די פאליאקן האט אנגעהאלטן א גאנצע װאך, ביז דער לעצטער רו ...
Connected nodes