Kehilot/Skala-Podilska
Library
Place · camp

Camp

לאגער

Camp where daily deaths, forced labor, illness, and hospital killings occurred.

Page scan 107HIGH confidence
Learn more with AI

Read more about Camp than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Camp
Beyond the book

A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.

Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
3
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 107
Open exact passage
... די אויפצוהאלטן די מענטשן ביים געזונט איז אין דער ערשטער ריי געווען נויטיק שפייז, און דאך איז געווען פארבונדן מיט גרויסע שוועריקייטן. ערשטנס, איז צו יענער צייט די לאגע אויפן געביט געווען א זייער שלעכטע, אפילו צווישן דער גוישער באפעלקערונג. און אז די פעקלעך זענען שוין געווען פארטיק, זענען ערשט געקומען שוועריקייטן מיטן צושטעלן: עס האבן געפעלט פורן, (פון אידן האט מען פערד שוין געהאט צוגענומען) א ק דאן צרות אויפן וועגן. עס איז אבער געטאן געווארן אלץ מעגלעך אנצוהאלטן דאס כסדרדיקע צושטעלן פון שפייז. איך האב אפילו א געוויסע צייט געלאזט באקן ברויט אין סקאלט(דארט איז די לאגע געווען א פיל בעסערע). עם האט א ביסל געהאלפן, אבער דער משחית איז אנגעגאנגען מיט זיין פארניכטונגס־פלאן, סיי אין דער היים, סיי אין לאגער. אין לאגער אבער זענען די מעטאדן געווען שרעקלעכע, יעדן טאג קרבנות־ווער געשטארבן, ווער געפאלן ביי דער ארבעט, און ווער, זוכנדיק זיך אפצורוען א טאג־ צוויי אין לאגער קראנקענהויז, און איז געכאפט געווארן ביי אן "אויסרייניקונג" פונם קראנקנהויז און דערשאסן געווארן. א וועג אזא קראנקענהויז "רייניקונג", וואס האט צווישן אנדערע געקאסט פינף סקאלער קרבנות, וועל איך דא איבערגעבן:
Source passage 2
OCR · respaced for reading · scan 151
Open exact passage
קומען באקלאגן אריף אים, האט ליב געהאט צורעק מיט חיימ׳ען וועגן די״עניינים". באזונדערס ווען עס איז געווען א "גרינגערער" טאג, פלעגט ער, מאטיע, אנהויבן דעם שמועס בזו הלשון: "אוי חיים, חיים! ביזטו אויף צרות, אלע יידן בעטן צו דערלעבן די ישועה, און אז די ישועה וועט קומען, וועלן די ודיבער דיך ארויספירן אין מארק א ק הענגען, פאר די צוגענומענע טעפ, שיסלען, פעסער אץ וואס נישט?" ביז איינמאל האט חיים זיך אנגענומען מיט קוראז׳ און מאטיען צוריקגעפרעגט: "וואס וועט איר טאן, ה׳ וויידבערג? איר האט צוגענומען ביי די יידן דאס געלט, דאס צירונג, די פוטערם, איר האט פארשיקט מענטשן אין לאגער אריץ?" און מאטיע ענטפערט אים גלייך אן א שמייכל: "איך? איך וועל אנטלויפן מיט די דייטשן". דערהערנדיק דעם ענטפער, איז חיים געבליבן א געפלעפטער. מאטיע וויידבערג וועט אנטלויפן מיט די דייטשן!? ער איז עטליכע טעג ארומגעגאנגן א שווייגנדיקער, ביז ער איז איינמאל אריץ אין "יודנראט" און צוגייענדיק צו מאטיען, האט ער אזוי געזאגט: "הער ודידבערג! איך האב נעכטן איבערגערעדט מיט מיין ווייב, רייזיע׳ן, און מיר האבן באשלאסן, אז ווען די ישועה וועט קומען, וועלן מיר פארקויפן די שטוב און צוריקקויפן אלע ווייבער נייע טעפ. אץ איר, אז איר ווילט אנטלויפן מיט די דייטשן, לויפט״ , . . ...
Source passage 3
OCR · respaced for reading · scan 151
Open exact passage
אלץ האט אויסגעפעלט, אנהויבנדיק פון פרייהייט און ענדיקנדיק מיט א שטיקל ברויט. צוויי זאכן האט דער באשעפער נישט געזשאלעוועט זיין אויסדערוויילט פאלק־צרות און שניי; אץ די צוויי זענען געווען געקנופ ט אץ געבונדן. יעדן טאג האט מען געטריבן ייק רייניקן דעם שניי און יעדן טאג זענען געווען צרות. שוין דאם צושטעלן דעם געפאדערטן קאנטיגענט צו דער ביטערער ארבעט איז געווען פארבונדן מיט גרויסע שוועריקייטן, ספעציעל נאך דעם צווייטן לאגער־ טראנספארט, וואו די גרעסטע צאל געכאפטע איז געווען דאן ביים רוימען דעם שניי. דאם האט אין א גרויסער מאס געשאפן א מחיצה צווישן די יידן און דעם "יודנראט", ברענגענדיק א קריזיס פון צוטרוי מצד די ערשטע לגבי די לעצטע. איך וויל דא איבערגעבן א מעשה שהיה פון יענער צייט, וואס וועט בולט באווייזן דעם פירוד הלבבות פון יענער צייט.
Connected nodes