Place · Concentration camp
Concentration camp near Berlin
א קאנצענטראציע־לאגער
A concentration camp in the Berlin area was liberated.
Page scan 341HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 341
באזונדער דארפן דערמאנט ווערן די כמיעלניקער יידן וואם
האבן אנטיילגענומען אלם זעלנער אין דער פוילישער ארמיי
(װאס איז ארגאניזירט געװארן אין רוסלאנד), למשל נחום אץ
מאיר מאלי׳ משה קװאשניעװסקי (מיעטעק) און אנדערע׳ װאס
האבן געקאנט אפטמאל פארװירקלעכן זײער נקמה־געפיל
לגבי די מערדער פון זײערע אומגעבראכטע ברידער און
שװעסטער. באזונדערס האט זיד אויסגעצײבנט דער טאנקיסט
נחום מאלי׳ װאם האט אנטײלגענומען אין שװערע קאמפן בײם
פארםירן די װײםל (צװישן װארקע און פיליצע) װי אויך בײ
דער באפרײאונג פון פראגע און פארסירן די אדער. נאך דער
באפרײאונג פון א קאנצענטראציע־לאגער אין דער געגנט פין
בערלין׳ איז נחום מאלי װאם האט שוין געהאט באקומען פאר
זײן קאמפסטעטיקײט די העכםטע מיליטערישע אויסצײכנונג
״װירטוטי מיליטארי״ און האט אויך געענדיקט אן אפיצירן־
שולע׳ געװען צװישן די דעראבערער פון בערלין׳ װו ער איז
ארײנגעפארן אויף זײן טאנק30). עס דארף וױיטער דערמאנט
װערן דער ארטילעריםט און פאראשוטיםט פאדפארוטשניק
משה קװאשניעװםקי (מיעטעק), װאס האט זיך אראפגעלאזט
מיט א ספעציעלער גרופע פון 14 פאראשוטיםטן בײ אסט־
ראװצע׳ כדי פעםטצושטעלן צי אין דער געגנט פון קעלצער
און קראקאװער װאיעװודסטװע געפינען זיך פארטיזאנער•
אפטײלונגען פון דער סאװיעטישער פרײנטשאפטלעכער ארמײ
״ארמיא לודאװא״, און אויב אזעלכע געפינען זיד׳ זײ צו
ארגאניזירן׳ אויסשולן און פארזיכערן מיט געװער. פאקטיש
האבן זיך אין יענער געגנט געפינען בערך 3000 רוםישע און
פוילישע פארטיזאנער. װי אן אינסטרוקטאר און קאמאנדײ־
פון א באטאליאן פון מינעס־אויפרײסער׳ האט קװאשניעװםקי
געגעבן זײן צושטײער צו דער רעארגאניזאציע פון די פארטי־
זאנער־פארמאציעם׳ װאס האבן אנגעהויב ...Source passage 2
Source OCR · scan 435 · printed page 870
דורכגײענדיק דײטשע שטעט און דערפער האבן מיר
אויםגעפירט אקציעם קעגן דײטשן. זײ זענען געװעזן איבער־
ראשט. מיר האבן בײ זײ געטראפן אלץ װי אין נארמאלע
צײטן. אין יעדן דארף װו מיר זענען ארײן׳ האב איך באפוילן
צו מאכן א רײניקונג. מיר האבן אויסגעפארשט צו װאס פארא
אײנהײטן זײ האבן געהערט. נאצים און ם.ם.־לײט האבן אויפן
ארט זײער אורטײל באקומען. נאכן אװעקשטעלן די אדמיניס־
טראטױוע ארדענונג זענען מיר אװעק װײטער. אזוי אין אלע
דײטשע דערפער׳ װאם מיר האבן פארנומען. אומעטום האבן
מיר נקמה־גענומען פאר די חרובע ײדישע שטעט אין פוילן.
נישט לאנג זיך פארהאלטן און געגאנגען פארוים׳ ביז מיר
זענען אנגעקומען 30 קילאמעטער הינטער בערלין. דארט האב
איך באקומען א באפעל צו באפרײען א קאנצענטראציע־
לאגער. איך בין צוגעפארן מיטן טאנק צום לאגער און צװײ
אנדערע טאנקן געשיקט אין דער צװײטער זײט פון לאגער׳
אנגעהויבן שטארק באשיםן דעם לאגער אין דער לופטן מיט
הארמאטן און מאשין־געװער׳ כדי נישט שעדיקן די אינטער־
נירטע. צו מײן דיספאזיציע איז אויך געשטאנען פיעכאטע.
נאך א קורצער באשיםונג פון לאגער בין איך צו צום טויער׳
אים מיטן טאנק דורכגעבראכן און אלץ טיפער ארײן אין
הויף. די דײטשן און ס.ס.־לײט האבן אנגעהויבן אנטלויפן
אין גרויס בהלה. די אינטערנירטע זענען געװעזן פארמאכט
אויף שלעםער. איך האב געגעבן א באפעל אויפצוהאקן די
שלעסער׳ באפרײען די ארעםטאנטן און גלײכצײטיק צענויפ־
זאמלען אלע דײטשן׳ ברענגען זײ אויפן פלאץ. די ארעסטירטע
און אינטערנירטע האבן זיך געװארפן אויפן טאנק און אים
געקושט. אין לאגער האבן זיך געפונען מענטשן פון פאר־
שידענע פעלקער׳ צוזאמען מיט ײדן. די ארעםטאנטן צוזאמען
מיט מײנע םאלדאטן האבן צונויפגעשלעפט אלע דײטשן און
ס.ם.־לײט אויף אײן פלאץ. די שמחה פון די קאצעטלער איז
געװען נישט צומ באשרײבן.Connected nodes
Community
Jews of Chmielnik
Appears in same passage
Organization
Polish Army
Appears in same passage
Person
Nahum Mali
Appears in same passage
Person
Moshe Kvasnevsky (Mietek)
Appears in same passage
Place
Ostrowce
Appears in same passage
Organization
Soviet Friendly Army
Appears in same passage
Organization
Armia Ludowa
Appears in same passage
Place
Kielce Voivodeship
Appears in same passage
Place
Krakow Voivodeship
Appears in same passage
Place
Berlin
Appears in same passage
Person
Unnamed narrator
Participated In
Event
Liberation of a concentration camp
Occurred At
Place
German towns and villages
Appears in same passage
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.
Participated In
Unnamed narrator → Concentration camp near Berlin
איך בין צוגעפארן מיטן טאנק צום לאגער
- action:
- liberated camp
Associated events