Place · Premises
Poale Zion Premises
נײעם לאקאל פון פועלי צױן בײ חײם קצב
New premises to which the library moved, at Chaim Katzap's.
Page scan 143HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 143
אין זעלבן יאר, 1916, האט שוין פון לאנג עקזיסטירט דער
צױניסטישער פארײן, װאס האט געהאט זײן לאקאל בײ דוד
דאלוס, און עס האבן זיך אויך אנגעהויבן צו ארגאניזירן די
לינקע פועלי־צױן. זײער ערשטע טעטיקײט איז געװען אויפ־
ציפירן א טעאטער־שטיק. דאם איז אױסגעפירט געװארן
מיט גרוים דערפאלג און מיט גרוים הכנסה. פאר דעם געלט
האבן מיר באשלאםן צו פארשרײבן אונדזערע אלע מיטגלידער
אין דער ביבליאטעק. זײענדיק שוין א מערהײט אין דער
ביבליאטעק, האבן מיר ארגאניזירט אן אלגעמײנע פארזאמלונג
פון אלע מיטגלידער אין מגידם בית המדרש, נעבן אלטן בית
הקברות. עס זענען פארגעקומען װאלן צו דער לײטונג פון
דער ביבליאטעק. די לינקע פועלי צױן האבן באקומען די
מערהײט און פארנומען די ביבליאטעק. די ביבליאטעק איז
איבערגעפירט געװארן אין נײעם לאקאל פון פועלי צױן בײ
חײם קצב, װאס איז באשטאנען פון צװײ צימערן — אײן
צימער פאר דער ביבליאטעק און דער צװײטער פאר געבן
לעקציעס אונדזערע חברים. אין די אװנטן האבן מיר באזוכט
די װארשטאטן, ארגאניזירט די ארבעטער, געװיזן דעם װעג
צו לעזן ביכער און אנשליסן זיך אין דער ביבליאטעק. פאר
די װאס האבן נישט געקענט לײענען און שרײבן האבן מיר
ארגאניזירט אװנט־קורסן, עס זענען אויפגעפירט געװארן פאר־
שידענע טעאטער־שטיק. די פארשטעלונגען זענען געשפילט
געװארן אין דער שאפע פון דער ״סטראזש־אגניאװע״. קײן
בענק זענען דארט נישט געװען. האט מען אלײן פון די
ברעטער צוזאמענגעקלאפט בענק צו זיצן פארן פיבליקום. װי
נאר די פארשטעלונג האט אנגעהויבן, האט מען פון דער בינע
געשריגן אויפן זאל: ״אויסצולעשן די לאמפן״: אבער װען
מען האט זיך ארויפגעשטעלט אויםלעשן די לאמפן האבן זיך
די בענק אײנגעבראכן. יענקל אײזענבערג (איצט אין בוענאס־
אײרעס) און נאך אנדערע זענען געװען די ארדענונג־האלטערס
אין טעאטער. די פארשטעלונגען האבן געדויערט גאנצעConnected nodes
Institution
Library
Located In
Person
Chaim Katzap
Located In
Organization
Zionist Association
Appears in same passage
Organization
Left Poale Zion
Appears in same passage
Person
David Dalus
Appears in same passage
Institution
Library
Appears in same passage
Institution
Maggidim Beth Midrash
Appears in same passage
Place
Old Cemetery
Appears in same passage
Person
Chaim Katzap
Appears in same passage
Person
Yankel Eisenberg
Appears in same passage
Place
Buenos Aires
Appears in same passage
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.
Located In
Library → Poale Zion Premises
די ביבליאטעק איז איבערגעפירט געװארן אין נײעם לאקאל פון פועלי צױן
- time:
- after relocation