Place · street
Pulawska Street
פולאװסקע
Street where the narrator sought lodging with a friend.
Page 782HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 391 · printed page 782
אין די העגט פון די פוילישע שאנטאזשיםטן. זיי י׳אבן געװאלט
א סומע געלט און װען נישט, געדראט מיט די דײטשן. איך
האב׳ גאטירלעך, זײ גוט באצאלט און זײ זענען אװעק. װי
נאר איך האב געהערט, אז זײ פארלאזן די טרעפ, האב איך
זיך שנעל אנגעטאן מיטן קינד און ארויף אויפן בוידעם,
דארט צוגעװארט ביז עם איז טונקל געװארן. בײטאג האב
איך מורא געהאט צו פארלאזן דאם הויז, אפשר ווארטן זײ
אויף מיר אונטן. װי עם איז נאד אביםל טונקל געװארן, האב
איך מיטן קינד דאם הויז פארלאזט. מיר זענען געפארן צו
מײן באלעבאםטעס טאכטער. דארט האב איך איר דערצײלט
װעגן דעם שאנטאזש, און איך האב געבעטן, זי זאל אונדז
לאזן איבערנעכטיקן. אבער אומזיםט. זי האט אונדז ממש
ארויסגעװארפן. מיר זענען געפארן אויף פולאװסקע צו מײן
פרײנדין, אפשר װעט זי אויספועלן בײ איר באלעבאםטע זי
זאל אונדז לאזן איבערנעכטיקן. זי האט מיר אמאל דערצײלט,
אז ביי איר קאן איך אפילו אײן נאכט נישט איבערנעכטיקן,
װײל דאס איז נישט איר װוינונג, זי איז נאר א סובלאקאטארין,
און אז איר באלעבאסטע איז אן אנטיםעמיטקע. אבער װאם
האב איך געקענט טוען ? איך האב דאך נישט געהאט װו צו
איבערנעכטיקן. צו מײן אומגליק איז די טיר געװען געשלאםן.
מײן פרײנדין, איז אפנים געװען אונטערװעגנס. איר באלע־
באסטע איז אויך נישט געװען אין שטוב. איך שטײ א וױילע
און ברעך מיר דעם קאפ, װוהין גײט מעןז עם איז שוין
גוט פינצטער און גײן איז נאר דערלויבט ביז א זײגער אכט
אין אװנט.Source passage 2
Source OCR · scan 394 · printed page 788
... עם איז װינטער 1944. איך דרײ מיך ארום אויף די װארשע•
װער גאסן אן אן אויסװעג. אלע טירן זענען פאר מיר
פארמאכט. איך פאר אויף פולאװסקע צו מײן פרײנדין. דארנז
איז געשלאםן די טיר. איך נעם דאס קינד און גײ צו דער
הויפטםטאציע מיטן געדאנק צו פארן קײן קיעלץ. איך האב
אין צװישן געהערט, אז עס האט זיך דארט אין ״האםאג״
אויםגעבעםערט, אז עס קומט א ײד פון דרויסן׳ קאן מען
אים לעגאליזירן. ענדלעך קומט דער צוג, מיר שטײגן אײן,
איך זעץ מיך אװעק. אין מײן קאפ לויפן דורך פיל געדאנקען.
װאס טוט מען, װען עם קומט זשאנדארמעריע אויף א
קאנטראלע. מען מוז דאך פון װארשע קײן קיעלץ האבן א
״פשעפוםטקע״ (דערלויבניש). דאם האב איך דאך נישט. איך
הײב אן צו רעדן מיט מענטשן, ארומיקע שכנים. איך װיל
הערן צי נאך עמיצער פארט אן א דערלויבניש.Connected nodes