Organization · Police
Police
פאליצײאישע
Promised police reinforcement for the town.
Page scan 215HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 215
... די פרנםים זענען אװעק צום סטאראסטע, ״געגעבן אים
אין דער האנט ארײן״ און יענער האט צוגעזאגט צו שיקן א
פאליצײאישע פארשטארקונג. דאנערשטיק אין דער פרי האבן
טאקע אנגעהויבן צו שטראמען פון די שכנותדיקע דערפער
גויים מיט שטעקנם, העק און זעק — כדי צו הרגענען און
רויבן. מענטשן האבן זיך אפגעשלאםן אין די שטיבן. בלויז
הערצקע קצב מיט זײנע זין האבן זיך נישט באהאלטן. זײ
זענען ארוים אין דער גאס איבערגעטאן אין גױישע מלבושים.
איך װײם נישט װיאזוי זײ האבן דאם געמאכט, אין װאם עם
איז באשטאנען זײער ״סטראטעגיע״ — נאר די טויזנטער
פאגראמטשיקעס האבן געמוזט אנטלויפן מיט לײדיקע
הענט -Source passage 2
Source OCR · scan 377
... בעט און
געװײן. זײ האבן געװוםט׳ אז פאר יעדן אײנעם ײד׳ װאס זײ
װעלן צושטעלן די דײטשן׳ באקומען זײ צו א האלבן ליטער
בראנפן. צומארגנם׳ מיטװאך פרי׳ האבן אונדז אפשר צען
כוליגאנעס מיט גרוים ״כבוד״ ארײגגעפירט אין שטאט אין
אונדז איבערגעגעבן צו די דײטשן. דער נם איז געװען׳ װאס
אויפן װעג צו דער זשאנדארמעריע האבן זיך געפונען צװײ
ײדישע פאליציאנטן׳ נתן שװער און משה שטראזבערג (דער
ערשטער איז דודל פינטשעװערם (ערענרײך) אן אײניקל און
דער צװײטער איז לײבל קװאשניעװםקיס אן אײניקל. בײדע
לעבן נישט). באמערקנדיק װי די פויערים פירן אונז׳ האבן די
אונז פארהאלטן און זײ געזאגט אז זײ קומען אין נאמען
פון דײטשן צו פארהאלטן אלע ײדן׳ װאס זײ װעלן טרעפן
און אז זײ קענען שוין אהײמגײן׳ דעם בראנפן װעט מען זײ
אהײמשיקן. דאס האט געהאלפן. די פאליצײ׳ אנשטאט אונדז
איבערצוגעבן די דײטשן׳ האבן אונדז פארהאפטעט אין דער
ײדישער תפיםה׳ װאס זײ האבן געהאט צו זײער דיספאזיציע׳
מיט דעם מײן אפצװוארטן׳ אפשר װעט זיך אײנגעבן עפעס
צו טוען כדי אונדז אפצוראטעװען פון טויט. דורך דער צײט
האבן די דייטשן מיט דער הילף פון די פאליאקן׳ די אזוי־
גערופענע ״סטראזש״ מיט יאנעק טשעפטשע׳ יאשעק שװארץ
בראש אדורכגעפירט רעװיזיעס אין אלע ײדישע שטיבן צי
ס׳איז נישט עמיצער פארשטעקט׳ און ביי דער געלעגענהײט
צו קענעז ראבירן דאס האב און גוטס׳ װאס איז פארבליבן.
עם האט זיך ארױםגעװיזן׳ אז פיל ײדן זענען געבליבן אין
דער הײם׳ נישט געװאלט ארוים פון שטוב׳ זאל זײן װאם
עס װעט זײן. ארום 12 א זײגער איז שוין די ״קאזע״ פוןSource passage 3
Source OCR · scan 409 · printed page 818
די םומע, װאס זי האט פון מיר באקומען האט פרוי ק. גיך
פארהוליעט און געדארפט פריש געלט. איך האב נאך בײ
מיר געהאט עפעם געלט- נאר איך האב מורא געהאט אװעק־
צוגעבן דאם לעצטע. ם׳איז געבליבן, אז מײן פרוי זאל זיך
אײנשטעלן און אריבערגיץ צו א באקאנטן און באפרײנדעטן
פאליאק, װאס איז מיר שולדיק געװען געלט און אים בעטן
כאטש א קליינעם טייל• אין א פינצטערער נאכט איז זי.
פארקליידט װי א פוילישע פויערטע, אריבערגעגאנגען צו
אונדזער באקאנטן. דער פאליאק האט רואיק אויסגעהערט
איר פארלאנג און זי געהײםן א װײלע װארטן ביז ער װעט
פונעם צװײטן צימער ברענגען דאס געלט. ער איז אװעק און
מיין פרוי האט געהערט װי ער שושקעט זיך מיט עמעצן
און יענער לויפט באלד ארויס אין דרויסן. זאפארט האט איר
דורכגעבליצט א געדאנק, אז דער פאליאק האט געשיקט נאך
דער פאליצײ. זי איז גיך אנטלאפן און זיך באהאלטן אין
א האלץ־שאפע נישט װײט. באלד האט זי טאקע געזען אנלויפן
זשאנדארן, װאס זענען ארײן צו אונדזער ״באפרײגדעטף
פאליאק. מער טויט װי לעבעדיק איז זי אנגעקומען ״אהײם״.Source passage 4
Source OCR · scan 464
... נאך דעם װי דער אונטערגעהעצטער המון האט זיך צע־
היצט, האט מען אנגעהױבן װארפן שטײנער אין קאמיטעט
אריץ. אויף די געשרײען איז געקומען צולויפן פאליצײ און
אויך מיליטער־לײט, װעלכע זענען שוין געװען צוגעגרײט
אנטײלצונעמען אין דעם פאגראם. זײ האבן זיך ארײנגעריסן
אין קאמיטעט ארײן, כלומרשט כדי צו נעמען אין שוץ די
מענטשן איגעװײניק. פארלאנגט, אז די ײדן זאלן גאר נישט
ענטפערן און װער עם האט געװער, זאל עס אװעקלײגן. ...Connected nodes
Person
Unnamed narrator
Appears in same passage
Place
Chmielnik
Appears in same passage
Person
Herzke Katz
Appears in same passage
Community
Pogromists
Appears in same passage
Person
Starosta
Appears in same passage
Person
Natan Shver
Appears in same passage
Person
Moshe Strazberg
Appears in same passage
Person
Dudel Pintshever (Ehrenreich)
Appears in same passage
Person
Leybl Kvashnievski
Appears in same passage
Person
Yanek Tsheftshe
Appears in same passage
Person
Yashek Shvarts
Appears in same passage
Place
Gendarmerie
Appears in same passage
Place
Jewish prison
Appears in same passage
Organization
German authorities
Appears in same passage
Organization
Polish helpers
Appears in same passage
Person
Narrator’s wife
Appears in same passage
Person
Polish acquaintance
Appears in same passage
Person
Dr. Kahana
Appears in same passage
Institution
Committee
Appears in same passage
Organization
Military personnel
Appears in same passage
Institution
Lodz Hospital
Appears in same passage