Kehilot/Skala-Podilska
Library
Community · ghetto

Barshtshav Ghetto

בארשטשאווער געטא

A ghetto associated with killings experienced by the narrator and companions.

Page scan 117MEDIUM confidence
Learn more with AI

Read more about Barshtshav Ghetto than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Barshtshav Ghetto
Beyond the book

A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.

Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
1
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 117
Open exact passage
עס האט געדויערט עטליכע וואכן ביז מיר האבן זיך באקענט מיט דער וואלד־ווירקלעכקייט און זיך צוגעוואוינט צו אונדזערע נייע צרות. די טיפע נשמה־וואונדן און שוידערלעכע איבערלעבונגען, וואס מיר האבן מיטגעבראכט מיט זיך פון די בארשטשאווער געטא־הריגות און די סקאלער גאסן־ עקזעקוציעס, זענען נאך געווען אזוי פריש, אז די ערשטע וואכן זענען מיר גאנצע טעג געליגן ווי פאראליזירטע אין די געדיכטענישן פון וואלד און זיך קוים געטרויעט צו רירן. יעדער שארך פון ביימער, יעדער בלאז פון ווינט, יעדער פלאטער פון א פויגל האט ביי אונדז צוריקגעהאלטן דעם אטעם און אנגעשטרענגט די אויגן און אויערן ווי ביי פארפאלגטע חיות. דער הונגער און דארשט פון איין זייט, און די קאלטע, רעגנדיקע נעכט פון דער אנדערער זייט, האבן אונדז אבער ארויסגעטריבן, אין די נעכט, פון וואלד צו זוכן אביסל שוץ פאר די נאסע, פארגליווערטע אברים און צו געפינען עפעס אויף איינצושטילן דעם שרעקלעכן הונגער און דארשט. אין די פינצטערע נעכט פלעגן זיך די שטארקערע און מוטיקערע צווישן אונדז ארויסלאזן צום ראנד פון וואלד און פון דארט צו א היימישן פויער אויף די "מאזורן"(דערפער פון פוילישע קאלאניסטן וואס האבן זיך באזעצט אין גאליציע נאך דער ערשטער וועלט־מלחמה) אדער אפילו אויף דער "אלטער שטאט" ביי וועמען מען האט געקויפט אדער ...
Connected nodes