Kehilot/Skala-Podilska
Library
Place · cemetery

Borshchiv Cemetery

בארשטשעווער בית עולם

Cemetery where hundreds and thousands of Jews were gathered and shot.

Page scan 115HIGH confidence
Learn more with AI

Read more about Borshchiv Cemetery than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Borshchiv Cemetery
Beyond the book

A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.

Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
1
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 115
Open exact passage
און מינוטן שפעטער, ווען איך האב אדסגעדרייט מיין קאפס צוריק, האב איך נאך אלץ געזען מיין פאטער ווי ער באגלייט מיך פונדערווייטנס מיט זיין טרויערדיקן בליק. מער האב איך אים שוין נישט געזען. צומארגנס, ווען דער סקאלער פויער, וועמען איך האב געשיקט ארויסצושמוגלע מיין פאטער פון געטא, איז אנגעקומען קיין בארשטשעוו, איז ראם געטא שוין געווען ארומגערינגלט פון דייטשע און אוקראינישע רוצחים און די אזוי גערופענע "שבועות אקציע" איז שוין געווען אין פולן גאנג. דאס איז געווען צוויי טעג אין חודש סיון תש״ג. פון יענעם טאג און אין משך פון א גאנצער וואך זענען אויפ׳ן בארשטשעווער בית עולם אויפגעזאמלט און דערשאסן געווארן הונדערטער און טויזנטער יידן פון סקאלע, בארשטשעוו, מילניצע, אזיעראן, קאראליווקע און פון ארומיקע דערפער. די "אקציע" האט אנגעהאלטן איבער א וואך צייט מיט קורצע הפסקות פון עטליכע שעה יעדן טאג. בעת איינער פון די הפסקות האב איך צוזאמען מיט מיין קוזין, נחמיה שטאק (וואס איז דאמאלט אויך אנטלאפן פון בארשטשעוו קיין סקאלע צוזאמען מיט זיין שוועסטער מלכה) זיך צוריק אריינגעשמוגלט אין בארשטשעווער געטא. מיר האבן זיך עפעס נישט געקענט גלויבן, אז אונדזערע באליבטע עלטערן און שוועסטער (מיין פאטער ר׳ שלמה וויידענפעלד, זיין מוטער איטע שטאק און צוויי שוועסטער שרה און רישע) וועמען מיר האבן ערשט מיט עטליכע טעג צוריק איבערגעלאזט אין געטא, זענען שוין מער נישטא. דער ליידיקער און אפענער בונקער, אין וועלכן זיי האבן זיך געפרואווט אויסבאהאלטן פאר די גרויזאמע מערדער, די אויסגערויבטע שטיבער, באדעקט מיט עיפוש און פעדערן פון בעטגעוואנט, האבן באשטעטיקט אונדזער גרויס אומגליק. צעבראכענע און רעזיגנירטע פון לעבן זענען מיר ביידע צוריקג ...
Connected nodes
Associated events