Shlomo Weidenfeld
Identified in parentheses as the father of Max Mermelstein.
Read more about Shlomo Weidenfeld than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
... (שלמה וויידענפעלד׳ס זון) ...... רוצחים און די אזוי גערופענע
"שבועות אקציע" איז שוין געווען אין פולן גאנג. דאס איז געווען צוויי טעג אין
חודש סיון תש״ג. פון יענעם טאג און אין משך פון א גאנצער וואך זענען אויפ׳ן
בארשטשעווער בית עולם אויפגעזאמלט און דערשאסן געווארן הונדערטער און
טויזנטער יידן פון סקאלע, בארשטשעוו, מילניצע, אזיעראן, קאראליווקע און פון
ארומיקע דערפער. די "אקציע" האט אנגעהאלטן איבער א וואך צייט מיט קורצע
הפסקות פון עטליכע שעה יעדן טאג. בעת איינער פון די הפסקות האב איך
צוזאמען מיט מיין קוזין, נחמיה שטאק (וואס איז דאמאלט אויך אנטלאפן פון
בארשטשעוו קיין סקאלע צוזאמען מיט זיין שוועסטער מלכה) זיך צוריק
אריינגעשמוגלט אין בארשטשעווער געטא. מיר האבן זיך עפעס נישט געקענט
גלויבן, אז אונדזערע באליבטע עלטערן און שוועסטער (מיין פאטער ר׳ שלמה
וויידענפעלד, זיין מוטער איטע שטאק און צוויי שוועסטער שרה און רישע) וועמען
מיר האבן ערשט מיט עטליכע טעג צוריק איבערגעלאזט אין געטא, זענען שוין
מער נישטא. דער ליידיקער און אפענער בונקער, אין וועלכן זיי האבן זיך
געפרואווט אויסבאהאלטן פאר די גרויזאמע מערדער, די אויסגערויבטע שטיבער,
באדעקט מיט עיפוש און פעדערן פון בעטגעוואנט, האבן באשטעטיקט אונדזער
גרויס אומגליק. צעבראכענע און רעזיגנירטע פון לעבן זענען מיר ביידע
צוריקגעפארן קיין סקאלע און נאר דורך א נס האט מען אונז דעמאלט... טיץ(שלמה וויידענפעלד׳ס זץ), חיים ברעטלער, מוני פליט און דעם שרייבער פץ
די שורות . ...או ן צווי י שוועסטע ר שר ה או ן רישע
The wording identifies Sarah and Rishe as sisters, but the precise referent of the sibling relationship is grammatically compressed.
או ן צווי י שוועסטע ר שר ה או ן רישע
The wording identifies Sarah and Rishe as sisters, but the precise referent of the sibling relationship is grammatically compressed.