Kehilot/Skala-Podilska
Library
Person

Nehemiah Stak

נחמיה שטאק

The narrator’s cousin, who escaped from Borshchiv to Skala with his sister Malka.

Page scan 115HIGH confidence
Learn more with AI

Read more about Nehemiah Stak than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Nehemiah Stak
Beyond the book

A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.

Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
11
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 115
Open exact passage
... רויערדיקן בליק. מער האב איך אים שוין נישט געזען. צומארגנס, ווען דער סקאלער פויער, וועמען איך האב געשיקט ארויסצושמוגלע מיין פאטער פון געטא, איז אנגעקומען קיין בארשטשעוו, איז ראם געטא שוין געווען ארומגערינגלט פון דייטשע און אוקראינישע רוצחים און די אזוי גערופענע "שבועות אקציע" איז שוין געווען אין פולן גאנג. דאס איז געווען צוויי טעג אין חודש סיון תש״ג. פון יענעם טאג און אין משך פון א גאנצער וואך זענען אויפ׳ן בארשטשעווער בית עולם אויפגעזאמלט און דערשאסן געווארן הונדערטער און טויזנטער יידן פון סקאלע, בארשטשעוו, מילניצע, אזיעראן, קאראליווקע און פון ארומיקע דערפער. די "אקציע" האט אנגעהאלטן איבער א וואך צייט מיט קורצע הפסקות פון עטליכע שעה יעדן טאג. בעת איינער פון די הפסקות האב איך צוזאמען מיט מיין קוזין, נחמיה שטאק (וואס איז דאמאלט אויך אנטלאפן פון בארשטשעוו קיין סקאלע צוזאמען מיט זיין שוועסטער מלכה) זיך צוריק אריינגעשמוגלט אין בארשטשעווער געטא. מיר האבן זיך עפעס נישט געקענט גלויבן, אז אונדזערע באליבטע עלטערן און שוועסטער (מיין פאטער ר׳ שלמה וויידענפעלד, זיין מוטער איטע שטאק און צוויי שוועסטער שרה און רישע) וועמען מיר האבן ערשט מיט עטליכע טעג צוריק איבערגעלאזט אין געטא, זענען שוין מער נישטא. דער ליידיקער און אפענער בונקער, אין וועלכן זיי האבן זיך געפרואווט אויסבאהאלטן פאר די גרויזאמע מערדער, די אויסגערויבטע שטיבער, באדעקט מיט עיפוש און פעדערן פון בעטגעוואנט, האבן באשטעטיקט אונדזער גרויס אומגליק. צעבראכענע און רעזיגנירטע פון לעבן זענען מיר ביידע צוריקגעפארן קיין סקאלע און נאר דורך א נס האט מען אונז דעמאלט
Source passage 2
OCR · respaced for reading · scan 116
Open exact passage
א קליין הייפעלע דערשלאגענע יתומים זענען מיר געווען. איינצענע שרידים פון פארטיליקטע משפחות: איך דער יינגסטער ־ 17 יאר אלט; מיינע שוועסטער־קינדער נחמיה שטאק ־ 20 יאר אלט און מלכה שטאק ־ 9 ויאר אלט: דארע פייערשטיין(דעם זייגערמאכער'ס טאכטער) ־ 28 יאר אלט און די ברידער שווארצבאך(די סיקעריניצער) זיוניע ־ 20 יאר אלט און מאירציע ־ 19 יאר אלט. מיר זענען געשטאנען פאר דער אפענער טיר פון אונדזער הויז און שטום ארויסגעקוקט אין דער נאכט אריץ. א שווערער אומעט האט געדריקט אויף אונדזערע צעווייטאגטע געמיטער און א צאן האט געקלאפט אין א צאן. די נאכט איז געווען א לויטערע און אויסגעשטערנטע. די טויטע יידישע גאסן און ליידיקע הייזער מיט צעפראלטע טירן און ארויסשטארצנדיקע, צעבראכענע שויבן, האבן אנגעווארפן א פחד. פון די ארומיקע גארטנס און פעלדער האט זיך געטראגן א פרישער ריח פון געשניטענע גראזן און פון אויפגייענדיקער תבואה. מיט פארטרוקנטע, פארשמאכטע גומענס און פארהאלטענע אטעמס האבן מיר זיך צוגעהערט צו די באשטיוולטע טריט פון די דייטשע און אוקראינישע נאכט־ פאטרולן און צו דעם האסטיקן קלאפן פון אונדזערע אייגענע הערצער.
Source passage 3
OCR · respaced for reading · scan 117
Open exact passage
פלוצלונג האב איך דערהערט ווי עמיצער רופט מיך מיט א פארשטיקטער שטים און האב דערפילט אויף מיינע אקסלען די אויסגעשטרעקטע האנט פון נחמיה שטאק. ער האט מיך ארויפגעשלעפט בארג־ארויף, מיך א באפ געטאן אונטער דער האנט און גענומען לויפן מיט מיר אוועק פון די בילנדיקע הינטן און די פויערישע הייזער. וואס מער מיר האבן זיך דערווייטער ט פון דאנען און געשפאנט דורך די אפענע פעלדער, אלץ שארפער און גרעסער זענען אויסגעוואקסן פאר אונדזערע אויגן די שווארצע קאנטורן פון וואלד. ביינאכט, פון דערווייטנס, האט דער וואלד אויסגעזען ווי א גרויזאמע, פרע־היסטארישע חיה, וואס ווארפט אן אנגסט אויף יעדן, וואס דערנענטערט זיך צו איר. אבער דער פחד וואס האט אונדז געטריבן צום וואלד איז געווען פיל גרעסער און ממשות׳דיקער פון די שאטנדיקע זעאונגען. ווי גיך מיר האבן געשטעלט דעם ערשטן טראט אין וואלד און זיך צוגעוואוינט צו דער אינעווייניקסטער פינצטערניש, זענען מיר, אויסגעמאטערטע פון געיעג און פון שרעק, אוועקגעפאלן אויפן הארטן, פייכטן באדן און צוגעטוליעט איינער צום אנדערן, זענען מיר צווישן בוימער און קוסטעס אנדרימלט געווארן.
Source passage 4
OCR · respaced for reading · scan 123
Open exact passage
... ון די בונקערס. אונדזער גרופע האט געהאט צוויי בונקערס: איינעם אין א שוץ־גרוב פון דער ערשטער וועלט־מלחמה און א צווייטן עטלעכע הונדערט מעטער ווייטער אין א געדיכטן וועלדל פון יונגע סאסנע ביימער. מיט מיד אין ערשטן בונקער זענען געווען מלכה שטאק, יוסף בלוטשטיין מיט זיין פדוי, שרה און זייער 4־יעריק מיידעלע, און חיים גאטעספעלד מיט זיין פדוי בלימע און זייער צוויי און א האלב יעריק מיידעלע ביילע. ווי די קינדער וואלטן באנומען די גרויסע סכנה, האבן זיי זיך די גאנצע צייט פארהאלטן שטיל און זענען כמעט דעם גאנצן טאג געשלאפן. אין צווייטן בונקער האבן זיך אויסבאהאלטן און זענען דעמאלט ניצול געווארן אברהם און שרה פרענקעל, פרידא פרענקעל און אירע טעכטער ריטא און מירא, משה דונאיער, די פדוי שרענצעל מיט איר טעכטערל און נחמיה שטאק. אחוץ אין די בונקערס זענען דעמאלט פון אונדזער גרופע אויך, עלפינס, ניצול געווארן פיניע פרענקעל און יבל״א ריווע שווארצבאך מיט אירע קינדער סוזיע, דוד, און א זויגלינג. אנדערע, וואס האבן נישט באוויזן אריינצולויפן אין די בונקערס, זענען דורך די דייטשן דערשאסן געווארן. ס׳האט געדויערט עטליכע טעג נאך דעם פאגראם ביז מיד האבן אין די געדיכטענישן פון וואלד געפונען אונדזערע הרוגים און זיי מקבר געווען צווישן יונגע סאסנעס. קודם האבן מיד געפונען די קערפערס פון שלמה בלוטשטיין(באקאנט מיטן צונאמען אדמע קאפעלער) און מוניע שרענצעל. דעם צווייטן טאג ראש השנה, נאכגייענדיק דעם ריח פון טויטע קערפערס האבן מיד געפונען הינטער א סאסנע־בוים די קערפערס פון יוליק פרענקעל און פון דער ו 1
Source passage 5
OCR · respaced for reading · scan 129
Open exact passage
... פלוצים, ווען נחמיה שטאק רוקט ארויס דעם קאפ פון בונקער,
Source passage 6
OCR · respaced for reading · scan 130
Open exact passage
אין די אלטע בונקערס נעבן די "מאזורן", אין וועלכע מיר האבן זיך צייטווייליק באהאלטן נאכן אנטלויפן פון די סאסנעס, האבן מיר אבער לאנג נישט געקענט בלייבן. ערשטנס, ווייל זיי זענען געווען קליין און טיילווייז איינגעפאלן. צווייטנס, ווייל זיי זענען געווען צו נאענט צו די "מאזורן" און האבן זיך געפונען צווישן שיטערע הראבינע בוימער, נאקעטע אין ווינטער: און דריטנס, האבן מיר פארדעכטיקט, אז די בונקערס זענען שוין דורך עמיצן אנטדעקט געווארן. מיר האבן דעריבער באשלאסן נאר צייטווייליק צו פארבלייבן אין די בונקערס און זוכן אינצווישן א פאסיקן פלאץ אויף צו בויען נייע. די דאזיקע אויפגאבע האבן גענומען אויף זיך חיים גאטעספעלד, פיני פרענקעל, יוסף בלוטשטיין און יבדל ו לחיים נחמיה שטאק און די ברידער שטאכל־שמואל און מוניע. נאך שעה׳ן וואנדערן אין וואלד אין די נעכט, האבן זיי געפונען א פאסיקן פלאץ טיף אין וואלד און האבן זיך אינמיטן ווינטער גענומען בויען נייע בונקערס. באקאנטע פויערים פון די "מאזורן" האבן אונדז אויסגעבארגט העק, biges און ריסקאלעס און אזוי אין משך פון א וואך צייט האבן די אויבן־דערמאנטע מענער מיט איבערמענטשלעכע כוחות דערגרייכט דאס אוממעגלעכע. אין די פינצטערע נעכט אין וואלד, אין גרויסע פרעסת און שניי־שטורעמס, אן א ביסל ווארעמס, פארשמאכט און פארפרוירענע, האבן זיי געהאקט די ביימער, געגראבן די פארפרויערנע ערד און ממש מיט די לעצטע כוחות אויפגעבויט נייע אונטערערדישע באהעלטענישן. ס׳איז אוממעגלעך זיך איצט פארצושטעלן און צו שילדערן די איבערמענטשלעכע אנשטרענגונגען און דעם אויסדויער פון אונדזערע בונקער־בויער יענעם ווינטער אין וואלד. ווען זיי פלעגן אין די גרויע ווינטערדיקע פרימאגנס צוריקקומען פון א גאנצער נאכט ארבעט מיט פראסט־באדעקטע ,
Source passage 7
OCR · respaced for reading · scan 131
Open exact passage
איין פרימארגן האבן מיר דערהערט נידעריק איבערן וואלד, פליען אן עראפלאן. פארזיכטיק האבן עטליכע פון אונדז ארויסגעשטעקט די קעפ פון די בונקערס און אנשטרענגענדיק די אומן צום הימל, האבן מיד, צווישן די נאקעטע שפיצן ביימער, דערזען אויפן פלמל פון פארבייפליענדיקן עראפלאן, דעם רויטן, סאוויעט־רוסישן שטערן. דער קאפ האט זיך אנגעהויבן דרייען און דאס הארץ האט האסטיק געקלאפט. איז דאס מעגלעך, אז מיר זענען שוין באפרייט? איז דאס טאקע די ווירקלעכקייט, אדער בלויז א חלום? מיד זענען אלע געווען צעחושט, ווי פארשיכורט, און נישט געוואוט וואט צו טאן און וואט צו זאגן איינער צום צווייטן. דעם גאנצן טאג זענען מיד אבער געבליבן אין די בונקערט אץ ערשט ביינאכט, האבן זיך צוויי פון אונדז, חיים גאטעטפעלד און יבל״א נחמיה שטאק, ארויסגעלאזט אין דער ריכטונג פון די "מאזורן". נאך א קורצער צייט זענען זיי צוריקגעקומען מיט דער בשורה אז טאודעט־רוטיש מיליטער איז שוין אין שטאט. יענע נאכט אין בונקער איז קיינער נישט געשלאפן. מיר האבן די גאנצע נאכט געוויינט, גערעדט און געטראכט.
Source passage 8
OCR · respaced for reading · scan 156
Open exact passage
... ק זיך אויפן הויפט־גאס אין דער ריכטונג פון דער אלטער שטאט. נישט פארלירנדיק קיץ איבעריקע מינוט זענען מיד ביידע געלאפן. קומענדיק ביז דעם בית המדרש האט זיך חיים גאטעספעלד א פארמאטערטער אוועקגעזעצט אויפ׳ן צעמענט ביים בית המדרש, און ער האט ווייטער נישט געקענט גיץ. איך האב געוואלט אים העלפן אדפשטיין, האט ער נאד געזאגט: גיי ראטעווע דיך, מיד וועט שוץ גארנישט העלפן(ער איז טאקע דעמאלט דערשאסן געווארן). איך בין געלאפן צו דער שול; פון דארט צוזאמען מיט רוסישע סאלדאטן, וואס זענען ארויס פון דער שטאט, און זיך צוריק געצויגן. אויפן וועג איז מיר נאך געלונגען מיטצונעמען דעם נישט לאנג פארשטארבענעם פישל פיש. דער ערשטער אפשטעל איז געווען לאסיאטש, 2 ו קילאמעטע ר פון סקאלע. דארט האב איך געטראפן די משפחה העשעלעס און נחמיה שטאק. דארט בין איך אויך געוואויר געווארן דאס גרויסע אומגליק וואס האט געטראפן מיין אנקל דוד טאבאק. ער איז געווען פון די געציילטע, וועמען עס איז געלונגען זיך צו ראטעווען מיט זיין משפחה (א פרוי און צוויי קליינע מיידעלעך). אנטלויפנדיק מיט א רוסישן לאסט־אויטא, איז דאס יינגערע מיידעלע דערשאסן געווארן ביי דער מוטער אויף די הענט. אזוי איז צוגעקומען נאך א קרבן שוץ נאך דער באפרייאונג... אזוי צעווייטאגטע איז מען ווייטער געלאפן. צוערשט צופוס און שפעטער האט מען זיך איינגעבעט ביי רוסישע אפיצערן וואס האבן אונדז מיטגענומען און געבראכט קיץ קאפיטשיניץ. אנגעקומען קיין קאפיטשיניץ האבן מיר זיך דערפרעגט צו אידן(די עטליכע אידן האבן זיך אויפגעהאלטן ביים דענטיסט יוסף טייג). ווען מיר האבן זיי איבערגעגעבן אלע נייעס, האבן זיי זיך פץ אונדז אויסגעלאכט. עס האט זיך אבער שפעטער ארויסגעוויזן אז מיר זענען געווען
Source passage 9
OCR · respaced for reading · scan 170
Open exact passage
אין יאר 1965 האב איך געלייענט א מעלדונג אין "פארווערטס" פון יידישן וועלט קאנגרעס. אין דער מעלדונג איז געזאָגט געווארן אז אן אונטערזוכונג ווערט געפירט וועגן די נאצי־פארברעכנס אין טשארטקאו און דער סביבה און אז עדות ווערן געזוכט פאר דעם צוועק. די געזוכטע עדות, אויסער מיר, זענען געווען: נחמיה שטאק, מאיר בלוטשטיין, (איצט אין מאנטרעאל) און אנדערע. ...
Source passage 10
OCR · respaced for reading · scan 172
Open exact passage
... טרעפנדיק דארט, אחוץ די שוין אויבן־דערמאנטע נחמיה שטאק און מאיר בלוטשטיין, די אומגליקלעכע מוטער פון דערשאסענעם חנה שווארצבאך־ ריווע שווארצבאך. זי איז געקומען באגלייט פון איר טאכטער סוזי קארפפען, כדי עדות־צו־זאגן קעגן מערדער פון איר זון. איר איבערגעגעבן פארן געריכט די פרטים פון מארד איז געווען א פיינלעכער און האט געמאכט א רושם אויפן געריכט.
Source passage 11
Source OCR · scan 124
Open exact passage
... 1 . נחמי ה שטא ק ...
Connected nodes
Person
Malka
Sibling Of
Person
Shlomo Weidenfeld
Appears in same passage
Person
Ite Stak
Appears in same passage
Person
Sarah
Appears in same passage
Person
Rishe
Appears in same passage
Person
Malka
Appears in same passage
Community
Skala Jewish community
Appears in same passage
Place
Borshchiv
Appears in same passage
Place
Borshchiv Cemetery
Appears in same passage
Community
Milnytsia
Appears in same passage
Community
Azieran
Appears in same passage
Community
Karaliovka
Appears in same passage
Event
Shavuot Action
Appears in same passage
Person
Malka Shtak
Appears in same passage
Family
Schwarzbach family
Appears in same passage
Person
Ziunie Schwarzbach
Appears in same passage
Person
Meirtzie Schwarzbach
Appears in same passage
Person
Unnamed narrator
Appears in same passage
Place
Forest
Appears in same passage
Person
Yosef Blutstein
Appears in same passage
Person
Sarah Blutstein
Appears in same passage
Person
Haim Gatesfeld
Appears in same passage
Person
Blime Gatesfeld
Appears in same passage
Person
Baile
Appears in same passage
Person
Abraham Frankel
Appears in same passage
Person
Sarah Frankel
Appears in same passage
Person
Frida Frankel
Appears in same passage
Person
Rita Frankel
Appears in same passage
Person
Mira Frankel
Appears in same passage
Person
Moshe Dunaier
Appears in same passage
Event
Construction of new bunkers
Participated In · Participant
Person
Yosef Blutstein
Appears in same passage
Person
Shmuel Shtakhl
Appears in same passage
Person
Munie Shtakhl
Appears in same passage
Place
Old bunkers near the Mazuren
Appears in same passage
Event
Construction of new bunkers
Appears in same passage
Event
Reported arrival of Soviet-Russian military
Participated In · Participant
Person
Chaim Gatetfeld
Appears in same passage
Place
Bunkers
Appears in same passage
Place
The town
Appears in same passage
Person
Fishl Fish
Appears in same passage
Family
Hesheles family
Appears in same passage
Person
David Tabak
Appears in same passage
Place
Losiach
Appears in same passage
Place
Skala
Appears in same passage
Place
Kapychyntsi
Appears in same passage
Institution
Study house
Appears in same passage
Institution
Synagogue
Appears in same passage
Person
Joseph Teig
Appears in same passage
Organization
Russian soldiers
Appears in same passage
Person
Meir Blutstein
Appears in same passage
Person
Rive Shvartsbach
Appears in same passage
Person
Artur Engel
Appears in same passage
Place
Montreal
Appears in same passage
Organization
World Jewish Congress
Appears in same passage
Event
Court proceedings concerning murder
Participated In · Witness
Person
Suzi Karpfen
Appears in same passage
Place
Hamburg
Appears in same passage
Community
Skala underground forest colony
Appears in same passage
Person
Rita Frankel
Appears in same passage
Person
Judith Shrentzel
Appears in same passage
Person
Piniah Frankel
Appears in same passage
Person
Lean (Liebe) Shtakhel
Appears in same passage
Person
Ettie Shtakhel
Appears in same passage
Person
Monya Shtakhel
Appears in same passage
Person
Shmuel Shtakhel
Appears in same passage
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.
Sibling Of
Nehemiah StakMalka
זיי ן שוועסטע ר מלכה
Page 115
Associated events