Forest
A forest where the narrator and Nakhmye Shtak sought refuge.
Read more about Forest than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
פלוצלונג האב איך דערהערט ווי עמיצער רופט מיך מיט א פארשטיקטער שטים און האב דערפילט אויף מיינע אקסלען די אויסגעשטרעקטע האנט פון נחמיה שטאק. ער האט מיך ארויפגעשלעפט בארג־ארויף, מיך א באפ געטאן אונטער דער האנט און גענומען לויפן מיט מיר אוועק פון די בילנדיקע הינטן און די פויערישע הייזער. וואס מער מיר האבן זיך דערווייטער ט פון דאנען און געשפאנט דורך די אפענע פעלדער, אלץ שארפער און גרעסער זענען אויסגעוואקסן פאר אונדזערע אויגן די שווארצע קאנטורן פון וואלד. ביינאכט, פון דערווייטנס, האט דער וואלד אויסגעזען ווי א גרויזאמע, פרע־היסטארישע חיה, וואס ווארפט אן אנגסט אויף יעדן, וואס דערנענטערט זיך צו איר. אבער דער פחד וואס האט אונדז געטריבן צום וואלד איז געווען פיל גרעסער און ממשות׳דיקער פון די שאטנדיקע זעאונגען. ווי גיך מיר האבן געשטעלט דעם ערשטן טראט אין וואלד און זיך צוגעוואוינט צו דער אינעווייניקסטער פינצטערניש, זענען מיר, אויסגעמאטערטע פון געיעג און פון שרעק, אוועקגעפאלן אויפן הארטן, פייכטן באדן און צוגעטוליעט איינער צום אנדערן, זענען מיר צווישן בוימער און קוסטעס אנדרימלט געווארן.הא ט מען זיך אויך אנגעהויבן טרעפן מיט אנדערע לעבן־געבליבענע סקאלער יידן,
וואס זענען צוערשט ניצול געווארן פון בארשטשעווער געטא און דערנאך
אנטלאפן פון סקאלע אי ן וואלד אדיין . אז דא איז מיט דער צייט די סקאלער וואלד ־
קאלאניע אויסגעוואקסן פון עטליכע צענדליק מענטשן צו א מחנה פון איבער 150
מענער, פרויען און קינדער, וואס האבן זיך צושפדייט איבער פארשידענע רעוויר ן
פץ וואלד און זיך א צייט געקלאמערט אין אט דעם לעצטן מקום מקלט .דע ר הונגער, ד י קעלט, דע ר פחד או ן פארווארלאזטקייט פו ן ייד ן אי ן
וואל ד האב ן זי ך באזונדער ס שווע ד אויסגעווירק ט אוי ף ד י עלנטע, ד י אליין ־
געבליבענע, הילפסלאז ע פרויען, קינדער, אלט ע או ן שוואכע. ווע ן דע ר ביטער ־
קאלטע ר הארבס ט או ן ווינטע ר האב ן זי ך אנגערוקט, וענע ן א ט ד י אומגליקלעכע,
עלנט ע מענטש ן געווע ן ד י ערשט ע קרבנות. אייניק ע זענע ן אי ן וואל ד פארפרויר ן
געווארן, אדע ר זענע ן פאמיילע ך אויסגעגאנגע ן פו ן הונגע ר או ן קעלט. אנדער ע
הא ט דא ס ווינטע ר וועטע ר פארטריב ן פו ן וואל ד או ן זי י האב ן זי ך א צייט־לאנ ג
ארומגעוואלגער ט אי ן ד י חורבו ת פו ן סקאלע ר יידיש ע הייזער, אוי ף בוידעמע ר או ן
אי ן קעלערס, בי ז אוקראיניש ע רוצחי ם האב ן זי י געכאפ ט או ן דערשאסן, אדע ר בי ז
זי י זענע ן אוי ך אויסגעגאנגע ן פו ן הונגע ר או ן קעלט. ע ד היו ם ווייס ט ניש ט קיינע ר
גענו י וו י אוו י עטלעכ ע סקאלע ר זענע ן אומגעקומע ן או ן ווא ו זייע ר געביי ן געפינ ט ...... ן
פדוי בלימע און זייער צוויי און א האלב יעריק מיידעלע ביילע. ווי די קינדער
וואלטן באנומען די גרויסע סכנה, האבן זיי זיך די גאנצע צייט פארהאלטן שטיל
און זענען כמעט דעם גאנצן טאג געשלאפן. אין צווייטן בונקער האבן זיך
אויסבאהאלטן און זענען דעמאלט ניצול געווארן אברהם און שרה פרענקעל,
פרידא פרענקעל און אירע טעכטער ריטא און מירא, משה דונאיער, די פדוי
שרענצעל מיט איר טעכטערל און נחמיה שטאק. אחוץ אין די בונקערס זענען
דעמאלט פון אונדזער גרופע אויך, עלפינס, ניצול געווארן פיניע פרענקעל און
יבל״א ריווע שווארצבאך מיט אירע קינדער סוזיע, דוד, און א זויגלינג. אנדערע,
וואס האבן נישט באוויזן אריינצולויפן אין די בונקערס, זענען דורך די דייטשן
דערשאסן געווארן. ס׳האט געדויערט עטליכע טעג נאך דעם פאגראם ביז מיד
האבן אין די געדיכטענישן פון וואלד געפונען אונדזערע הרוגים און זיי מקבר
געווען צווישן יונגע סאסנעס. קודם האבן מיד געפונען די קערפערס פון שלמה
בלוטשטיין(באקאנט מיטן צונאמען אדמע קאפעלער) און מוניע שרענצעל. דעם
צווייטן טאג ראש השנה, נאכגייענדיק דעם ריח פון טויטע קערפערס האבן מיד
געפונען הינטער א סאסנע־בוים די קערפערס פון יוליק פרענקעל און פון דער ו 1ביימער, וואס האבן אין ווינטער נישט פארלוירן זייערע נאדלען, האבן מיר זיך אין
הארבסט פון 1943 גענומען בויען אונטערערדישע בונקערס. ארבעטס־כלים האבן
פאר אונדז געהאט אויסגעבארגט עטליכע פויערים פון די "מאזורן". טעג
נאכאנאנד, אין הונגער, קעלט און פחד, האבן מיר געארבעט ביז מיר האבן
אויסגעגראבן דריי גרויסע פיר־עקיקע גריבער פון אנדערהאלבן ביז צוויי מעטער
די טיף. אין א צווייטן טייל פון וואלד האבן מיד אין די נעכט אויסגעהאקט יונגע,
הראבענע ביימער און באדעקט מיט זיי די גריבער, ווי מען באדעקט סוכות מיט
סכך, אנגעווארפן אויף זיי בלעטער און ארויפגעשארט אויף זיי א טיפן שיכט ערד.
דערנאך האבן מיד פון אויבן צוריק פארפלאנצט די סאסנע בוימער, וואס זענען
דארט פריער געשטאנען, און באדעקט דעם באדן צווישן די ביימער מיט דעם
זעלבן ברוינעם "טעפיך׳ פון מאסן סאסנע־שפילקעס. א קליין פענסטערל דורך
וועלכן א מענטש האט קוים געקענט דורכקריכן, האט געדינט אלס איינציקער
אריינגאנג אין בונקער און הויפט־קוואל פון ליכט און לופט. אינעווייניק איז דער
פייכטער באדן פון בונקער באדעקט געווארן מיט טרוקענע בלעטער און שמאטעס.
אזוי ווי די ענגשאפט איז געווען זייער גרויס, ווייל יעדער איינער האט נישט
געהאט מער פלאץ אויף צו ליגן ווי 25 ־ 30 סענטימעטער, איז אין בונקער שטענדיק
געווען ווארעם. אין בונקער האט מען בלויז געקענט ליגן, אדער זיצן איינגעבויגן.
אויפצושטעלן אדער צו באוועגן זיך איז נישט געווען קיין פלאץ.א ודיסער שניי־דעק און יעדע ר טריט אין שניי האט איבערגעלאזט טיפע
מענטשלעכע שפורן. אריך דערצו האבן מיר אבער געפונען אן עצה. כדי נישט
איבערצולאזן הינטער זיך קיין שפורן אויפן שניי ביים ארויסגיין פון בונקער און
ביים צוריקקומען, האבן מיר צוגעגרייט זעקלעך מיט שטרוי, זיי אויסגעלייגט פאר
זיך אויפן שניי און מיט דער הילף פון שטעקנס, ווי אויף שטאלצן, געשפאנט
איבער זיי. נאכן יעדן שריט, שטייענדיק אויף איין זאק שטרוי, האבן מיר א צווייטן
זאק געלייגט פאר זיך און אזוי לאנגזאם, שפאנענדיק פון זאק צו זאק, זענען מיר
צוגעקומען פון אונדזערע בונקערס, פון די וואלד־טיפענישן, צום אויסגעטרא
טענעם וואלד־וועג און פון דארט שוין ווייטער געשפאנט אן זעק.ס׳איז געווען ביטער קאלט און דער שניי איז געווען טיף ביז צו די
קני. נאקעטע, בארוועסע, איינגעוויקלט אין שמאטעס, זענען מיד אין מיטן טאג
אוועק פון די בונקערס אין די סאסנעס און זענען אדיין אין אונדזערע אלטע,
פארלאזענע בונקערס נישט ווייט פון די "מאזורן", וואו מיד האבן איבעתעלעבט
דעם גרויסן וואלד־פאגראם אין סעפטעמבער. ערשט נאכן באפרייאונג האבן
מיד זיך דערוואוסט, אז עטליכע וואכן נאך דעם אינצידענט, נאך וועלכן מיד האבן
פארלאזט די בונקערס צווישן די סאסנעס, זענען דייטשע סאלדאטן געגאנגען אויף
יאגד אין וואלד און נאכלויפנדיק אין די סאסנעס נאך ווילדע חזירים, האבן זיי ...... צייטווייליק באהאלטן נאכן אנטלויפן פון די סאסנעס, האבן מיר אבער לאנג נישט געקענט בלייבן. ערשטנס, ווייל זיי זענען געווען קליין און טיילווייז איינגעפאלן.
צווייטנס, ווייל זיי זענען געווען צו נאענט צו די "מאזורן" און האבן זיך געפונען צווישן שיטערע הראבינע בוימער, נאקעטע אין ווינטער: און דריטנס, האבן מיר פארדעכטיקט, אז די בונקערס זענען שוין דורך עמיצן אנטדעקט געווארן. מיר
האבן דעריבער באשלאסן נאר צייטווייליק צו פארבלייבן אין די בונקערס און זוכן
אינצווישן א פאסיקן פלאץ אויף צו בויען נייע. די דאזיקע אויפגאבע האבן
גענומען אויף זיך חיים גאטעספעלד, פיני פרענקעל, יוסף בלוטשטיין און יבדל ו
לחיים נחמיה שטאק און די ברידער שטאכל־שמואל און מוניע. נאך שעה׳ן
וואנדערן אין וואלד אין די נעכט, האבן זיי געפונען א פאסיקן פלאץ טיף אין וואלד
און האבן זיך אינמיטן ווינטער גענומען בויען נייע בונקערס. באקאנטע פויערים
פון די "מאזורן" האבן אונדז אויסגעבארגט העק, biges און ריסקאלעס און אזוי
אין משך פון א וואך צייט האבן די אויבן־דערמאנטע מענער מיט
איבערמענטשלעכע כוחות דערגרייכט דאס אוממעגלעכע. אין די פינצטערע נעכט
אין וואלד, אין גרויסע פרעסת און שניי־שטורעמס, אן א ביסל ווארעמס,
פארשמאכט און פארפרוירענע, האבן זיי געהאקט די ביימער, געגראבן די
פארפרויערנע ערד און ממש מיט די לעצטע כוחות אויפגעבויט נייע
אונטערערדישע באהעלטענישן. ס׳איז אוממעגלעך זיך איצט פארצושטעלן און צו
שילדערן די איבערמענטשלעכע אנשטרענגונגען און דעם אויסדויער פון אונדזערע
בונקער־בויער יענעם ווינטער אין וואלד. ווען זיי פלעגן אין די גרויע ווינטערדיקע
פרימאגנס צוריקקומען פון א גאנצער נאכט ארבעט מיט פראסט־באדעקטע ,... פרישער "וואוינונג". ראם איז א קליין נידעריק בוידעמל, אויף וועלכן מען קען נאר ליגן, ווייל אויפזעצן זיך קען מען נישט. ראם בוידעמל איז אפן. מיין מאן ברענגט ברויט און מיר הייבן אן אויף ס׳נייע לעבן צו פירן. דער טאג גייט אריבער רוהיק. מיין ברודער מיט דער פאמיליע זענען אויך געגאנגען צו א פויער. דעם צווייטן טאג גייט מיין מאן אין שטאט און מיר באשליסן, אז אויב עס וועט עפעס אין צווישן געשען, דאס הייסט אויב עס וועט אויסברעכן א פאגראם, זאל מיין מאן זיך פארשטעקן וואו ער וועט זיין און איך דא, ווייל מיט דעם גייען קען מען דערווייל באקומען די קויל. ווי נאר מיין מאן איז אוועק האט מיר די פויערטע דערציילט, אז דאס גאנצע שטעטל איז זיך צעלאפן, ווייל מען האט טעלעפאנירט, אז די געסטאפא קומט. מיר עצה׳ט זי זאפארט צו גיין זיך באהאלטן אין וואלד, ווייל זי וויל מיך נישט האלטן, זי האט מורא. איבעריקס איז אומזיסט דאס באהאלטן זיך, זי ווייסט פון אירע שכנים, אז מען וועט אפילו איין יידישע נשמה נישט איבערלאזן ־ אזוי "טרייסט" זי מיך. איך בעט זי און זאג איר זי זאל מיך נישט פארטרייבן ביז מיין מאן וועט קומען נאך מיר, אויב מען וועט מיך דא טרעפן, וועל איך זאגן אז איך בין דא אליין ארויפגעקראכן. זי בארוהיקט זיך און לאזט מיך זיין, איך בין אבער וואס ווייטער ווייניקער רוהיק. איך זע, אז זי איז גרייט אפילו אליין אנצואווייזן אויף אונדז, בכדי זי זאל זיך ריינוואשן.A forest action lasted all day; Germans shot people unable to reach bunkers.
The group found victims’ bodies and buried them among young pine trees.
Peasants buried Hersh and Max Shwarzbach at the forest edge after Germans shot them.
German soldiers hunted wild boars in the forest several weeks after the incident.
Named men undertook construction of new bunkers deep in the forest during winter.