Kehilot/Chmielnik
Library
Place · city

Lyon

ליאן

French city named in instructions carried by courier.

Page 896HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
5
Primary source passage
Source OCR · scan 450 · printed page 896
Open exact passage
דעם 4־טן ױני, 1944, באקום איך א מיםיע צו פארן קײן גרענאבל, אריבערצופירן א שיפרירטן ברױו מיט אינסטרוק־ ציעם פאר ליאן, װאם ם׳האט בײ מיר געדארפט אפנעמען א פארבינדלער פון ליאן. קײן נארמאלע טראנםפארט־פארבינ־ דונגען זענען שוין דעמאלט נישט געװען• די אויפגאבע האט מען אבער געמוזט דורכפירן. קײן צײט צו פרעגן שאלות איז נישט געװען. איך פרװו זיך פארנעמען אויף הינטערװעגן צופים ביז איך טרעף א לאסט־מאשין און בעט דעם שאפער ער זאל מיך פירן קײן גרענאבל. ארויםקומענדיק אויפן צענ־ טראלן װעג, דערזע איך מיטאמאל, אז איך בין ארײן אין א ״פולאפקע״. אין בײדע זײטן פון װעג ליגן אויםגעלײגט זשאנדארן מיט מאשין־געװער און אויטאמאבילן מיט ס,ם. פליען אהין און צוריק. איך בעט דעם שאפער, ער זאל זיך פארהאלטן. מײן אײנדרוק איז געװען, אז ער פארט אין אן ענלעכער שליחות װי איך. ער האט אבער געגלויבט, אז ער װעט פון דער געפאר ארויס בשלום. אין דעם מאמענט הערט זיך א שיסעריי און די אפאנעס פון אונדזער אויטא פלאצן. די זשאנדארן שלעפן אונדז ארויס, בינדן מיך צו צו א טעלעפאן־סלופ מיט די הענט אויף הינטן. דער שאפער פרװוט פראטעסטירן, װערט ער דערשאםן אויפן ארט. בא ...
Source passage 2
Source OCR · scan 453 · printed page 906
Open exact passage
... מיליטער־מאכט אלם אנטלאפענער פון געפאנגען־לאגער, און דורך דער ציװילער מאכט — פאר נישט צושטעלן זיך דעפ 13־טן מאי צו צװאנגס־ארבעט. אויפן פארלאנג פון פאריזער אונטערגרונט־קאמיטעט באקום איך זיך אריבער נאך לאנגע װאגלענישן אין דער נישט־באזעצטער זאנע פון פראנקרײך. איך קום אן קײן טולוז׳ און פון דארט װער איך געשיקט קיץ ליאן, װו ם׳זענען קאנצענטרירט טויזנטער ײדישע פליטים־ משפחות פון גאנץ פראנקרײך, צװישן זײ פיל יתומים. מיט יעדן טאג װערט אבער אלץ קלארער די געפאר אויך דרום־ פראנקרײך זאל אקופירט װערן דורך די דײטשן. םוף דעצעמ־ בער באקום איך פון ליאנער קאמיטעט, אונטער דער אנפירונג פון װאלף אלטער, דוד פרידמאן און ױסף קאט די אויפגאבע צו שאפן פארבינדוגגען כדי צו קענען ראטעװען קינדער און געזוכטע דורך דער געםטאפא קײן שװײץ. דאם איז געװען א דרינגענדיקע אויפגאבע, און אין משך פון א קורצער צײט האב איך געדארפט צושטעלן א גענויעם פלאן װי דאס דורכצופירן און א רשימה פון די מענטשן׳ װעלכע איך האב געװונען פאר דער רעאליזירונג פון דער אויפגאבע.
Source passage 3
Source OCR · scan 453 · printed page 906
Open exact passage
דעם 9־טן פעברואר׳ 1943 װערט אונזער קאמיטעט־לאקאל ארומגערינגלט דורך דער געסטאפא און איבער סד אקטױוע טוער װערן פארשיקט. גליקלעכערװײז האט דער ארעםט מיך אויסגעמיטן, װײל יענעם פרימארגן בין איך ארויםגעפארן אין א קלײן שטעטל נעבן ליאן, זיך צו טרעפן מיט א מילי־ טערישן קאמענדאנט מכוח באקומען מיליטערישע שײנען פאר א צאל מענער זײ זאלן זיך קענען פרײ באװעגן. אין יענער נאכט איז אבער דער פראנצויזישער קאמענדאנט ארעסטירט געװארן. איך האב זיך געאײלט צוריקצופארן קײן ליאן, דארט האב איך געדארפט דערלײדיקן פארשײדענע ענינים אין אונדזער לאקאל. דא קומט מיר אבער אנטקעגן אונדזער פארטרויאונגם־מאן אין דעם שטעטל און ראט מיך נישט צוריקצופארן, װײל דער װעג קײן ליאן װערט שטרענג
Source passage 4
Source OCR · scan 453 · printed page 906
Open exact passage
... נאך נאװעמבער 1942, װען ליאן װערט באזעצט דורך די דײטשן, װערט אונדזער רעטונגס־ארבעט רעארגאניזירט דורך די פינף אנפירנדיקע טוער אין דער פרײער זאנע פון פראנק־ רײך — דוד פרידמאן׳ װאלף אלטער (שפעטער דעפארטירט) ױםף קאט (איצט אין פראנקרײך), דער גלח אבעי גלאזמאן אלם פארשטײער פון דער פראנצויזישער אונטערגרונט אינעם ײדישן װידערשטאנד־קאמיטעט, און איך. ...
Source passage 5
Source OCR · scan 453 · printed page 906
Open exact passage
קאנטראלירט דורך דער דײטשער זשאנדארמעריע. נאך א קורצן ישוב הדעת באשלים איך צו בלײבן און װארטן ביז די געפאר װעט אריבער. מיט א מאל פארט אן א מילימערמאן אויף א מאטאציקל, קרײזט ארום דעם צענטראל־פלאץ, שיםט אוים פון זיץ פיסטאלעט און װי פון אונטער דער ערד װאקכן ארוים געסטאפאניקעם׳ װאס הײבן אן רעװידירן די מענטשן. איך הײב אן לויפן, געפין א בונקער און באהאלט זיך דארט אויס ביז שפעט אין דער נאכט, און — דערשלאג זיך צוריק קיץ ליאן. אנקומענדיק צו דער װוינונג פון מיץ חבר דוד פרידמאן, באמערק איך באלד דורכן פענצטער, אז ס׳האט עפעס פאםירט. איך עפן די טיר און עם קומט מיר אנטקעגן די פרוי מיט די טרויעריקע נײעם פון טאג.
Connected nodes
Associated events