Kehilot/Chmielnik
Library
Place · border

Russian border

רוסישער גרענעץ

Border described as near Biała Podlaska.

Page 729HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
3
Primary source passage
Source OCR · scan 365 · printed page 729
Open exact passage
... אין א צײט שפעטער איז געװארן א גרויםע בהלה אין שטאט• מען האט געפאדערט נאך א גרעסערע צאל מענטשן קײן ביאלא־פאדלאםק, בײ דער רוסישער גרענעץ, צו טריקע־ נען זומפן. דער ױדנראט האט ארויםגעשיקט ארבעטם־קוױט־ לעך, ספעציעל צו ױגנטלעכע; הױת אבער װי עס זענען געװעזן ספעציעל פרױויליגירטע, װעלכע האבן שטענדיק
Source passage 2
Source OCR · scan 431
Open exact passage
עם זענען .אדורך עטלעכע װאכן. די לאגע איז געװארן װאס אמאל ערגער. אין א געװיםן טאג זענען אויסגעקלעפט געװארן אין שטאט פלאקאטן מיט פארשידענע פארארדענונגען. אין אײנער פון זײ איז געװעזן געמאלדן : פאר ײרן און הינט באזונדערער פארקער און פאר פאליאקן באזונדער. דאס האט מיך איבערצײגט, אז מען טאר נישט דא בלײבן קײן אײן מינוט. איך מיט מײן חבר יאםל נײמאן האבן באשלאםן, אז גאנץ פרי אײדער די דײטשן הויבן אן צו טרײבן צו דער ארבעט׳ זאלן מיר פארלאזן די שטאט אין דער ריכטונג צו דער רוםישער גרענעץ. מײן מוטער האט זיך תחילת קעגנ־ געשטעלט, אבער נאך א באראטונג מיט מײן ברודער בצלאל׳ האבן לסוף מײנע עלטערן מםכים געװעזן. איך האב זיך מיט זײ הארציק געזעגנט. פארטאג האט שוין מײן חבר געװארט. מיר האבן זיך געלאזט אין װעג ארײן. עם האט זיך מיט אונדז אנגעשלאסן א קריםטלעך מײדל׳ װעלכע האט אויך געװאלט מיט אונדז אנקומען קײן רוסלאנד (דאם מײדל האט געארבעט בײ מײן ברודער בצלאל). מיר האבן פאר־ געזעצט אונדזער װעג: שידלעװ׳ םטאשעװ׳ פאקשעװניצע. דארט האבן מיר געטראפן נײן םטאשעװער ײנגלעך׳ װעלכע זענען צוגעשטאנען צו אונדזער גרופע און צוזאמעו מיט אונדז פארגעזעצט דעם װעג ביז צו דער װײסל. מיר זענען אדורך די װײםל מיט א לודקע (קלײן שיפל). פון דער װײסל זענען מיר געגאנגען ביז צום סאן• הונגעריקע און דארשטיקע האבן מיר זיך געשלעפט איבער פעלדער און זיך דערנערט פון פארשידענע געװיקםן. צום םאן זענען מיר אנגעקומען בײנאכט. מיר האבן אנגעטראפן אויף א פויערישער כאטע. דער באלעבאס האט אונדז געבעטן נעכטיקן. מיר האבן נישט
Source passage 3
Source OCR · scan 431
Open exact passage
... געװאלט. אײנער פון אונדז איז געװעזן א גוטער שװימעד׳ איז ער דער ערשטער אדורך דעם טײך און נאך אים מיר אלע׳ האלטנדיק די מלבושים אויפן קאפ. מיר זענען געגאנגען װײטער׳ נישט װיםנדיק װוהין און נישט קענענדיק די געגנט. אזוי װאנדערנדיק זענען מיר אגגעקומען צו דער רוסישער גרענעץ. מיר זענען ארײן אין װאלד אין א פויערשער כאטע• דארט האבן מיר באגעגנט עטלעכע פאליאקן, װעלכע האבן אונדז אינפארמירט׳ אז די גרענעץ איז נישט װײט. מיר זענען געגאנגען פארוים׳ ביז מיר האבן דערזען פון דער װײטנס א רוסישן םאלדאט מיט א ביקס אויף דער שמירה. מיר האבן פארשטאנען אז דאס איז די גרענעץ. קורץ פארן אנקומען צו דער גרענעץ איז מיט אונדז אויך געגאנגעז אן אוקראאינער. דערנענטערנדיק זיך האט דער סאלדאט אױפגעשריגן : ״האלט :״. מיר זענען געבליבן שטײן• דער אוקראאינער האט אים איבערגעגעבן׳ אז מיר זענען פון דער געגנט און װילן אהײם. דער סאלדאט האט דערקלערט : דאם איז די גרענעץ׳ אריבער קאן מען׳ צוריק נישט. מיר האבן באשלאסן אריבער די גרענעץ.
Connected nodes
Associated events