Kehilot/Chmielnik
Library
Place · house

Ziml the baker's house

צימל די בעקערינס הויז

House named as a place where remaining Jews concentrated.

Page scan 419HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
2
Primary source passage
Source OCR · scan 419
Open exact passage
דורך דעם װאלד. אונטער א בוים האבן מיר דערזען א דערמארדעטע און באראבירטע. דאס איז געװען פרוי װײנפעלד פון כמיעלניק. שפעט אין דער נאכט זענען מיר אנגעקומען קײן כמיעלניק. דא האבן מיר שוין געטראפן די לעצטע איבערגעבליבעגע כמיעלניקער ײדן, יװאס האבן זיך קאנצענטרירט אין דער פורמאנסקע־גאם געבן משה פאםטערנאקס הויז און צימל די בעקערינס הויז. מאניעק פאסטערנאק, דער קאמענדאנט פון דער יידישער פאליצײ האט אונדז לעגאל געמאכט און מיר האבן זיך דערוױיל געקאנט באװעגן אין דעם לעצטן געטא. מײן פאטער יאסל מאפע האט זיך געװאנדן צו מאניעק פאסטערנאק ער זאל אונדו געבז כלים בכדי קובר צו זײן די 105 קדושים, װאם זענען געפאלן איין שטאט א פאר טאג פריער בײ דער ערשטער אויסזידלונג. מײן פאטער האט די כלים באקומען און צוזאמען מיט ױנה גורגעל, מיכאל קויפמאן און נאך אנדערע ײדן געגאנגען אויפן בית הקברות און קובר־געװעזן די קדושים, פרויען באזונדער און מענער באזונדער. די ארבעט האט געדויערט עטלעכע טעג. מיט א שעפטשענדיקן ״קדיש״ און טרערן אין די אויגן איז די ארבעט פארענדיקט געװארן. אלע זענען געבראכט געװארן צו קבר־ישראל.
Source passage 2
Source OCR · scan 419
Open exact passage
עטלעכע װאכן שפעטער, אין א געװיםן דאנערשטיק אין חודש נאװעמבער 1942, װען מיר זענען געזעסן מיט אונדזער פאטער בײם טיש אין א צימער אין הויז פון צימל די בעקערין, קומט אן פלוצלינג מיט א יאמערלעך געוױין ױגה גורגעל און זאגט ״די זשאנדארמעריע מיט הינט אין דער באגלײטונג פון דער פוילישער פאליצײ, האט ארומגע־ שטעלט דעם לעצטן קלײנעם געטאן״ ...
Connected nodes