Kehilot/Chmielnik
Library
Institution · Jewish council

Judenrat

ױדנראט

Jewish council discussed in connection with ghetto administration and German authorities.

Page scan 327HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
3
Primary source passage
Source OCR · scan 327
Open exact passage
מיר גיבן זיך אפ א רעכנשאפט פון די בלויזן אין אונדזער ארבעט׳ װאם זענען א פועל ױצא פון מאנגל אין מקורותדיקע אקטן׳ װאס שטעלן מיט זיך פאר אן ערשטקלאםיקן דאקומענ־ טארן מאטעריאל צו דער רעקאנסטרוקציע פונם לעבן אין געטא׳ פון דער ארגאניזאציאנעלער םטרוקטור פון ױדנראט׳ פון די באציאונגען פון ױדנראט מיט דער דײטשער מאכט אין פארשידענע פעריאדן. נישט מעגלעך װײטער צוליב דער דאזיקער םיבה אפצושטעלן זיך ברײטער איבער די אײנצל־ הײטן װעגן די אינטערװענצן פון ױדנראט בײ דער דײטשער מאכט מכוח אפשטעלן גזירות קעגן דער ײדישער באפעלקע־ רונג׳ װעגן די באציאונגען װאם האבן געהערשט צװישן ױדנראט און הילפס־קאמיטעט׳ װעגן די פאלן פון קעגנשטעלן זיך מצד די ײדן די פארארדענונגען פון דער דײטשער מאכט, װעגן די ענדערונגען׳ װאס זענען פארגעקומען אין באשטאנד פון ױדנראט׳ װעגן די מײנונגען בײ דער ײדישער באפעלקע־ רונג װעגן ױדנראט׳ ײדישער פאליצײ און זײערע באזונדערע מיטגלידער. אן דעם דערמאנטן מאטעריאל איז אונדז אויך נישט מעגלעך געװען צו געבן א בולט און אלזײטיק בילד פון פאקטישן מצב אין געטא און זײנע םאציאלע פארהעלטענישן. פון דער צװײטער זײט שטעלן מיט זיך פאר די מאטעריאלן׳ װאס מיר האבן געהאט אין אונדזער האנט׳ בפרט יענע מעמו־ ארן און גבײת עדות׳ אין װעלכע דער זכרון פון עדות האט אײנגעהאלטן געטרײ א םך פר ...
Source passage 2
Source OCR · scan 333 · printed page 666
Open exact passage
... לניק ידיעות װעגן דער פארניכטונג־כװאליע, ״אקציעם״ און ״גירושים״ אין װארשע, ראדאם׳ קיעלץ׳ א.א.װ. די דאזיקע אינפארמאציעס האבן געשטאמט פון קריסטן, װאם האבן געשמוגלט קיין װארשע לעבנס־מיטלען• א לאנגע צייט האט די ארטיקע באפעלקערונג געלעבט אין אילוזיע, אז דאם װאס ס׳איז געשען אין יענע שטעט װעט זיך נישט אויך איבערחזרן אין כמיעלניק. דער בוסקער לאנדראט האט מיט דער גאגצער פערפידיע פארזיכערט אז די כמיעלניקער ײדן זענען ארבעטער און פראידוקטױוע ײדן׳ און עס דראט זײ נישט קײן שום שלעכטס. פונדעסטװעגן איז געמאכט געװארן אויפן ארט אן ערנסטער פרװו צו ארגאניזירן שאפן׳ גלויבנדיק, אז מיט דער הילף פון פאך־װארשטאטן װעט געלונגען לכל הפחות א טײל ײדן צו פארבלײבן אויפן ארט• דער דאזיקער פרװו האט זיך אבער נישט איינגעגעבן, הגם דער יודנראט האט געשאפן א ספעציעלן קאמיטעט צו ארגאניזירן די שאפן.
Source passage 3
Source OCR · scan 372
Open exact passage
דער פינאנם־אקציע זענען געװעזן: מיכאל בריקמאן און מרדכי לעדערמאן. זײ האבן טאקע געמאכט די ערשטע באמי־ אונגען צו שאפן געלט פאר דעם צװעק. אינצווישנצייט זענען דערגאנגען ידיעות װעגן אונדזער ארבעט צום ״ױדן־ראט״ און די געטא־פאליצײ האט אונדז באלד געדראט מיט םאנקציעס אויב מיר װעלן נישט אויפהערן. אויך געװיםע ״פאראנטװארט־ לעכע״ בעלי־בתים האבן אונדז געפרװוט אויפקלערן און דראען אז מען זאל נישט װאגן צו גײן אויף אזעלכע אומ־ פאראנטװארטלעכע װעגן׳ װײל עם קאן ברענגען צו א גרוים אומגליק... אזוי האט זיך געענדיקט דער פרװו פון באװאפענען זיך. צװישן אונדזערע װידערשטאנדם־פלענער איז אויך געװעזן דער פלאן פון אונטערצינדן די גאנצע שטאט װען עם װעט זיך אנהויבן די אקציע און דערבײ אויםנוצן די פאניק אין שטעטל און אנטלויפן. ...
Connected nodes