Kehilot/Chmielnik
Library
Community · town

Chmielnik

כמיעלניק

The narrator's family returned to their birthplace, Chmielnik.

Page scan 143HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
6
Primary source passage
Source OCR · scan 143
Open exact passage
... װען די דײטשן האבן אקופירט װארשע אין יאר 1915 איז געװארן א גרויםע פאניק. פאבריקן ארן װארשטאטן האבן אויפגעהערט צו ארבעטן. פון טאג צו טאג איז געװאקסן די צאל ארבעטלאזע מענטשן. עס איז געװען א הונגער, באגלײט מיט כל מיני עפידעמיעם. איך מיט מײנע עלטערן, פיר ברידער און אײן שװעסטער, װאם האבן געװוינט און געארבעט א שטיק צײט אין װארשע, זענען באלד צוריקגעפארן אין אונדזער געבורט־שטעטל כמיעלניק. עס איז נישט לײכט אנגע־ קומען זיך .ארײנצובאקומען קײן כמיעלניק, װײל מען האט געברויכט שמוגלען די גרענעץ, װארעם אין כמיעלניק זענען געװען די עםטרײכער און בײ זײ איז געװען בעסער מיט עסנװארג װי בײ די דײטשן. ...
Source passage 2
Source OCR · scan 159
Open exact passage
שוין פיל יארן אדועק זינט איך האב מײן געבורטס־שטעטל כמיעלניק פארלאזט. איד פרװו זיך דערמאנען פרײלעכע מאמענטן און ױם־טובדיקע שטימוגגען בײ אוגדז אין שטעטל פון מײנע פריעםטע ױגנט־יארן• מײנע געדאנקען שטעלן זיך אפ אויף דער צײט מיט פיל צענדליקער יארן צוריק׳ װען דאם שטרענגע רעליגיעזע לעבן האט דאמינירט בײ אלע ײדישע משפחות פון אלע שיכטן. אין יענער צײט איז די חתונה אין שטעטל געװעזן א שם דבר׳ זי האט געשאפן די אמתע פרײלעכע שטימונג. די שמחה פון דער משפחה איז געװען .א גרויםע׳ אלע האבן זיך מיטגעפרײט. אנגעהײבן האט עם זיך מיט א ״װארט״. נאך דעם װי די שדכנים האבן מיט גרויס מי מזװג געװעזן א חתן מיט א כלה׳ האבן זיך די מחותנים געטראפן און געמאכט א ״װארט״ פאר די תנאים. װען אלץ האט שוין געקלאפט׳ מען איז שוין דורכגעקומען מיטן נדן און חתן־כלה־מתנות׳ האט מען געפראװעט מיכ שמהה די תנאים׳ װען מען האט אויר באשטימט דעם זמן התונה. נאכן אפשמועסן דעם זמן חתונה׳ האבן חתן־כלה שוין מער נישט געטארט גײן בײנאכט אלײן׳ בפרט איז די כלה אפגעהיטן געװארן אויף יעדן טריט און שריט דורך באגלײ־ טערם ...
Source passage 3
Source OCR · scan 275
Open exact passage
... אונדזער שטעטל כמיעלניק פלעגט אלע מאל באזוכט װערן פון פארשידענע רבײם. װען עם איז געקומען א רבי אויף שבת, האט דאס שטעטל געהאט אן אנדערן אויםזען. ...
Source passage 4
Source OCR · scan 388 · printed page 776
Open exact passage
און אזױ מיט מײן קײשל און ״קומאםקע״ אין האנט האב איך מײן שטעטל כמיעלניק פארלאזט. אין מײן ערשטער װאנדער־נאכט בין איך אנגעקומען צו די סקאלעס, א מידע, פארמאטערטע פון א גאנצן טאג װײנען. קעגנאיבער די םקאלעם זענען געשטאנען דרײ הײזקעס. דארט האבן געװוינט באקאגטע פויערים, װעלכע פלעגן ביי אונדז קויפן. אײנער פון זײ האט מיר דערלויבט איבערצונעכטיקן אויפן בוידעם. ליגנדיק דארט אין דער פרי האב איך געהערט די שיסערײען אין שטאט. דאס איז געװען נישט װײט פון דער כמיעלגיקער ״טארגאװיצע״. מיט א מאל - מײן פויערטע קומט צו מיר אויפן בוידעם און פאדערט איך זאל איר הויז פארלאזן, װײל קעגנאיבער, אין די סקאלעס, האט מען געטראפן ײדן װעלכע האבן זיך אויםבאהאלטן און מען האט זײ אויפן ארט געשאסן. אויך — זאגט זי מיר — שיםט מען קריםטן, װעלכע באהאלטן אוים ײדן, װיל זי נישט פאר מיר אײנשטעלן איר משפחה. נאך לאנג בעטן האט זי מיר דערלויבט צו בלײבן ביזן אװנט. װי עס איז נאר טונקל געװארן, איז װידער מײן פויער צו מיר ארויף, אנגעהויבן צו דראען מיט זשאנדארמעריע, אין פאל װען איך פארלאז נישט שנעל זײן הויז. איך בין ארויס או ...
Source passage 5
Source OCR · scan 447 · printed page 893
Open exact passage
... כ׳בין געװען צופרידן װאס מײן פרוי װעט זיך געפינען מיטן קינד אין קאבינע. צי זײ װעלן זײן זיכערער, האב איך נישט געקלערט. עם איז געװארן קיל, האב איך מיר אנגעטאן מײן פאלטן, װאס איך האב נאך געהאט פון דער הײם, זיך אויםגעצויגן אויפן דיל און שנעל אײנגעשלאפן. עם האט מיך אויפגעװעקט דער טאג, בעת מיר זענען שוין געשװומען אין רואיקן װאםער. דאנקען גאט, די געפאר איז אדורך. אנגעקומען בשלום צום ברעג. געלאנדעט מיט אונדזער באגאזש, זענען מיר אװעק צו באקומען קארטן אויף ברויט. מיר האגן באקומען ברויט אויף דרײ טעג און מען האט אונדז פארשריבן צו פארן װײטער נאך אוראל אויף ארבעט. איך האב זיך אפילו געדונגען, מען זאל מיך שיקן קײן מיטל־אזיע, װו עם איז א װארעמער קלימאט, װײל איך בין מיט א קלײן קינד• עס האט אבער נישט געהאלפן. אונדזערע פרײנט פון כמיעלניק האב איך שוין נישט געטראפן. מיר זענען װידער געזעםן אין װאגאן מיט נײע מענטשן• אין יעדן װאגאן האבן זיך געפונען בײ א 40 מענטשן. אין אונדזער װאגאן זענען געװען כמעט בלויז ײדן, רוסישע ײדן טײל מיט פארטײ־בילעטן, פרויען ײדיש־רוםישע, װאס זײערע מענער
Source passage 6
Source OCR · scan 458 · printed page 911
Open exact passage
... פעפער, פרץ מארקיש, און אנדערע ײדישע פערזענלעכקײטן אין רוסלאנד. זײ האבן מיר דערצײלט װי אזױ זײ זענען אין מיטן דער נאכט ארויסגענומען געװארן פון זײערע בעטן און הײמען, אפגעריםן געװארן פון זײערע משפחות און פארשיקט געװארן א,ן א פארװאס און אן א פארװען. איך האב אזוי געארבעט שװער ביז די קריג האט זיך געענדיקט און צוזאמען מיט פוילישע ײדן בין איך צוריקגעפארן קײן פוילן נאך דער באפרײאונג. איך האב שטארק געװאלט זעען מײן הײם שטאט כמיעלניק. איך האב געגלויבט, אז איך װעל נאך טרעפן מײן פאטער און מוטער, מײנע ברידער און שװעסטער, װעלכע איך האב קײן אײן מינוט נישט פארגעםן. מיטן אנקומען קײן פוילן בין איך געװארן זײער טרויעריק, זעענדיק װי פאלאקן באװארפן מיט שטײנער אונזער צוג. איך האב זיך באזעצט אין שטעטין. מיר האבן צונויפגענומען עטלעכע כמיעלניקער און צוזאמען ארײנגעפארן קײן װארשע. צװיש אונדז איז געװעזן שמואל װײגבערג און משה ידדל אײונבערג, װעלכע זעגען אומגעקומען אין קעלצער פאגראם, דעם 4־טן ױני 1946.
Connected nodes
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.
Migrated To
Azriel Sametband → Chmielnik
אין יאר 1915
from:
Warsaw
year:
1915
Page 143 →
Returned To
Azriel Sametband's family → Chmielnik
זענען באלד צוריקגעפארן אין אונדזער געבורט־שטעטל כמיעלניק
from:
Warsaw
year:
1915
Page 143 →
Associated events