Place · city
Leżajsk
לעזשאנסק
City recommended as a route across the border.
Page 883MEDIUM confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 442 · printed page 883
אכט טעג זעגען מיר דארטן געװען• דורך דער צײט האבן
מיר זיך דערװוסט, אז מ׳קען דארט נישט אריבערגײן די
גרענעץ און די פויערים האבן א פרנסה זיך געמאבט פון
די אומגליקלעכע ײדן, װעלכע װילן אריבער די גרענעץ. מיר
האבן געהאט באשלאםן צוריקצופארן אהײם. דא איז װידער
געשען עפעם אזוינס, װאס האט מיך געפירט אויף א גליק־
לעכן װעג. װען עם איז שוין געװען גאנץ טונקל אויף דעם
קלײנעם װאקזאלעכל װו מיר האבן געװארט, האב איך
באמערקט, א סימפאטישע ײדישע פרוי אין די מיטעלע יארן.
איך האב געכאפט מיט איר א שמועם, און זי האט מיר
געראטן צו פארן נאך לעזשאנסק, װו ס׳איז לײכטער אריבער־
צוגײן די גרענעץ. װען מיר האבן ארויסגעשטעקט דעם קאפ
פונעם װאקזאל, האבן מיר געזען אן אויפשריפט : הויז פאר
הײמלאזע. זענען מיר צו א קוק טאן. א גוי מיט א בײז פנים
האט אונדז פארקויפט טײ מיט זעמל. און בײ אים האבן מיר
זיך אויך דערװוסט, אז מיר דארפן צוגײן צום מאגיםטראט
און פאר 50 גראשן קריגט מען א ״פשעפוסטקע״ אריבער־
צוגיץ דעמ בוג. װען מיר זענען ארוים אין דרויסן, האט אונח
אפגעװארט א ײד און פארגעלײגט צוצוגײן צו אים אין הויז
און ער װעט אונדז מאכן די פשעפוסטקעס. 12 א זײגער בײטאג
האט דער ײד אונדז געפירט אין מאגיםטראט ארײן אפצונעמען
די פשעפוסטקעס. דארטן האבן אונדז די דײטשן רעװידירט
און אזוי וױ מיר האבן גארגישט געהאט קיץ װיכטיקס, האבן
זײ גארנישט בײ אוגדז צוגענומען. נאכן רעװידירן האט מען
אונדז ארײנגעלאזט אין הויף און דארטן האבן מיר ערשט
געטראפן א גרויסע גרופע כמיעלניקער, אפשר א 30 מאן.
מיר האבן זיך מיט זײ דערפרײט. אין דרויםן האבן געװארט
פויערים מיט װעגענער אונדז אװעקצופירן. אבע ...Source passage 2
Source OCR · scan 442 · printed page 883
... האבן אנגעװיזן אויף ײז־ן. מען האט געכאפט צו דער ארבעט׳
געשלאגן און ארונטערגעװארפן פון צוג. אין קלימענטאװ איז
געװען א שטילקײט, װאס האט יעדן געשראקן• ױנגװארג האט
אויך דא זיך געגרײט אין װעג ארײן און געװונטשן אונדז א
גליקלעכע רײזע, אויף דער נאכט זענען מיר אנגעקומען נאך
סאנדאמיעזש. דא האבן זיך צו אונדז אנגעשלאםן עטלעכע
מײנע פרײנט װאם האבן געדינט צוזאמען מיט מיר אין
מיליטער, און מיט אונדז מיטגעפארן. צומארגנם װען מיר
זענען אװעק צו דער באן און געגאנגען קויפן באן־בילעמן
צו פארן נאך לעזשאגםק׳ האט דער קאםירער׳ װעלכער האט
געקענט די סאנדאמיעזשער, זײ געראטן, זײ זאלן בעסער
פארן קײן פשעמישל. עס איז שוין געװען גאכט, װען מיר
האבן זיך דערנענטערט צו פשעמישל. אנגעקומען אויפן ארט
האבן פויערים אונדז אפגעװארט און צוגעזאגט, אז זײ פירן
אונדז אריבער די נאכט דורך דער גרענעץ פאר א קלײנעפ
אפצאל. מיר, האבן גלײך אײנגעשטימט. עם האט נישט לאנג
גענומען, זענען מיר געװען בײ א פויער אין שטוב.Source passage 3
Source OCR · scan 461 · printed page 914
דרײ טעג האבן די דײטשן מארשירט דורך די כמיעלניקער
גאסן, דערנאך האט זיך אנגעהויבן דאם ראבירן ײדישע
געשעפטן. דער ערשטער קרבן פון דײטשן רויב איז געװען
דער גרויםער פלאץ פון האלץ און ברעטער פון באקאנטן
האלץ־םוחר יעקל קויפמאן, װעלכער איז געװארן אויסגעלײ־
דיקט ביזן םוף. אײנצײטיק האבן זיך אנגעהויבן די צװאנגס־
עפנטלעכע ארבעטן, באגלײט מיט דערנידערונג פון ײדישן
כבוד. זעענדיק װאס עס שטײט אונדז פאר, האב איך מיט מײן
חבר לײביש־חײם ראזענבלום באשלאסן צו פארלאזן כמיעל־
ניק׳ זיך אריבערצובאקומען אין דער צװײטער זײט פון דער
װײסל. דעם 11־טן נאװעמבער 1939 זענען מיר .אװעק פון
כמיעלניק. מיר האבן געװאנדערט אין שרעק און הונגער, ביז
מיר זענען אנגעקומען קײן לעזשאנסק. דארט האבן אונדז די
דײטשן געכאפט און אונדז גוט אנגעקלאפט די בײנער. מימ
גרוים מי און שװעריקײטן זענען מיר אדורך דעם סאן,
װעלכער האט געהאט א צעבראכענע בריק. מיר זענען נאך
אבער װײט געװען פון ציל. צו דער רוםישער גרעגעץ זענען
מיר נאך גישט געקומען און דער פחד פאר די דײטשן איז
גרויס. בײם אדורכגײן די גרענעץ׳ זענען מיר ארעסטירט
געװארן דורך די רוסן צוזאמען מיט פיל ײדן פון עםטרײך
און אנדערע לענדער. מיר זענען געזעסן א צײט אין שיניאװער
תפיסה, און װען מיר זענען באפרײט געװארן, זעגען מיר גלײך
געפארן קײן לעמבערג. דארט האבן מיר געטראפן פיל כמיעל־
ניקער פליטים. דאךט האב איך זיך געשײדט מיט מײן
טײערן חבר לײביש־חײם ראזענבלום. ער האט זיך פרײװיליק
געמאלדן אין די שאכטן קײן דאנבאס. איך בין אװעק
קײן קאלאמײ און שפעטער קײן טיף־רוסלאנד, ביז איך בין
אנגעקומען קײן סיביר. דארט האב איך געארבעט בײם אוים־
האקן װעלדער. איך האב זיך צעשמועםט מיט די ארבעטער —
רוסן און ײדן, װאם זענען געװען פארשיקט אין םיביר, און
זײ האבן מיר געז ...Connected nodes
Place
Border
Appears in same passage
Institution
Magistrate’s office
Appears in same passage
Institution
Home for the Homeless
Appears in same passage
Community
People from Chmielnik
Appears in same passage
Place
Sandomierz
Appears in same passage
Place
Przemyśl
Appears in same passage
Place
Klimontów
Appears in same passage
Event
Capture by German forces
Occurred At
Person
Yeckl Kaufman
Appears in same passage
Person
Unnamed narrator
Appears in same passage
Person
Leibish-Chaim Rozenblum
Appears in same passage
Place
Chmielnik
Appears in same passage
Place
San River
Appears in same passage
Place
Lviv
Appears in same passage
Place
Kolomyia
Appears in same passage
Place
Siberia
Appears in same passage
Community
Chmielnik refugees
Appears in same passage
Associated events