Kehilot/Chmielnik
Library
Person · political leader

Hitler

היטלער

Named as the endpoint of the period discussed.

Page scan 98HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
5
Primary source passage
Source OCR · scan 98
Open exact passage
אזוי האבן געלעבט די ײדן אין דעם טאליקן שטעטל כמיעלניק אין משך פון הוגדערטער יארן זיגט די צײטן פון דעם אטאמאן כמיעלניצקי ביז דעם צורר היטלער. געיאגט פון מזרח׳ געיאגט פון מערב׳ שװערע צײטן אדורכגעמאכט׳ מלחמות׳ קאזאקן, פאגראמען׳ װו מען האט געהאנגען דרײ אומשולדיקע ײדן אויפן טויער פון דעם אנטיסעמיטישן רעיענט׳ וװ פאליאקן האבן געשאםן צוױי אומשולדיקע מײדלעך׳ די טאכטער פון חײם קצב און די באאמטע אין שטאטישן מאגיםטראט׳ די טאכטער פון יחיאל שרײבער. ...
Source passage 2
Source OCR · scan 225
Open exact passage
... איך דערמאן זיך א פאקט : װען מיץ פאטער איז אפערירט געװארן אין 1938 צוליב א געװיקם אויף דער צונג און איך בין געקומען אים באזוכן אין פאזנאנםקי־שפיטאל׳ האבן מײ־ זיך צערעדט װעגן ײדישער קולטור און טעאטער. האלטנדיק א צײטוגג אין האנט האט ער מיר אזוי דערקלערט : ״אוי מ־ין קינד, דו רעדםט װעגן ײדישער קולטור׳ װען ײדיש לעבן שטײט אין געפאר״• און װײזנדיק מיר א דערקלערונג אין צײטונג, װאם היטלער האט געמאכט אין רײכםטאג — זאגט ער צו מיר : ״איך האב שטארק מורא, אז דער מערדער װעט האלטן װארט און אין פאל פון א מלחמה־אויסברוך װעט ער אומברענגען אלע ײדך. ...
Source passage 3
Source OCR · scan 444 · printed page 887
Open exact passage
... דז אביסל בעםער צו גײן, האט זיך װידער געמאכט א מלחמה. זונטיק, דעם 22־טן ױני׳ 12 בײטאג, האט דורכן ראדיא מאלאטאװ אליץ געהאלטן א רעדע, אז די דײטשן זענען אנגעפאלן. און װידער האט עס אויםגעזען פאר מיר דער טאג װי אין כמיעלניק, װען די דײטשן זענען אנגעפאלן אויף פוילן. די זעלבע םצענע. מ׳האט זיך צוגעהערט צום ראדיא, װאס האט געברענגט די לעצטע נײםן פון פראנט׳ די באריכטן זענען נישט געװען קײן גאנץ שלעכטע. די רוםן האבן אונדז פארזיכערט, אז היטלער װעט דא כאפן דעם זעלבן םוף װי נאפאלעאן. לײדער איז אזוי נישט געװען, נאר פארקערט. די דײטשן האבן פארנומען שטעט און מארשירט פארוים. דעמאלט האט עם אונדז שוין אנגע־ הויבן שרעקן. מיר, פליטים, פלעגן זיך טרעפן, קלערן װאס מיר האבן צו טאן און מיר האבן באשלאםן, אז מיר װעלן לויפן, אויב היטלער װעט זיך דערנענטערן. דערװײל איז די מלחמה אנגעגאנגען. מעז האט מאביליזירט. יעדן טאג זענען אנגעקומען מענטשן. אין שטאט איז געװען א מיליטערישער גארניזאן און מען האט יעדן טאג אװעקגעשיקט מענטשן. נאך די ערשטע צװײ־דרײ װאכן קריג האב איך דער ערשטער באקומען א ״פאװיעסטקע״, און איך האב אײנגעפאקט מײן רוקזאק װאם איך האב נאך געהאט פון פוילן. מײן פריי. װעלכע איז געװען אין אנדערע אומשטענדן, האט מיט געװײן מיך באגלײט. דא האב איך אבער געהאט אן איבערראשונג. בײ דער מיליטערישער קאמיםיע האט מען בלויז פארשריבן מײן נאמען און פץ װאנען איך בין געקומען און מיך געהײסן גײן צוריק אהײם. עם האט גענומען װידער צװײ װאכן, און מען האט אוגז װידער גערופן צום מיליטער. מען האט געשיקט אויף ארבעט און די װאם האבן געהאט צעריסענע שיך, און איך בין אויך געװען צװישן די, האט מען װידער אהײמגעשיקט. די װאס מען האט אװעקגעשיקט, זענען נאך צוױי װאכן צוריקגעקומען פון קרעמענטשוג, װו זײ האבן געארבעט בײם מאכן טראנשײען און װען די דײטשן האבן
Source passage 4
Source OCR · scan 445
Open exact passage
... די אלײען װי מען האט עם גערופן) האבן די גוײם אגגעהויבן רעדן הויך־ זעט נאר די זשידעם׳ אלע זענען זײ אנטלאפן פון אוקראיגע׳ װו זײ האבן געלעבט. מען דארף זײ דערהרגענען׳ זײ הײםן א ו נ ד ז פארטײדיקן ם׳לאנד און זײ אנטלויפן. צום גליק זענען דארט געװעזן א פאר מיליציאנערן׳ האבן זײ אײנגעשטילט׳ אבער נישט ארעםטירט קײנעם. אויך האבן זײ פארשפרײט א קלאנג׳ אז אלע ײדן פירן מיט זיך גאנצע װאליזעס מיט געלט׳ אז װען מען האט געעפנט זײער באגאזש׳ האט מען געפונען גאנצע װאליזעם געלט אאז״װ. איך האב אין דער צײט געהאט א שמועס מיט א פאר צענדליק אנטלאפענע פון אוקראינע׳ װיחט אויס׳ נישט קײן ארעמע׳ װײל זײ האבן זיך באזעצט אין פרױואטע הײז־ קעם׳ געצאלט װיפל דער באלעבאם האט פארלאנגט. זײ האבן מיך אויםגעפרעגט׳ אזוי װי איך בין שוין געװען בײ היטלערן׳ צי איז דאם װאר אז היטלער טוט מיט די ײדן׳ װאם די צײטונגען שרײבן׳ אדער דאס איז בלויז פראפאגאנדע פון אוגדזער רעגירונג קעגן די דײטשן. איך האב זײ געענט־ פערט: איר װײםט גארנישט׳ מען האט דאך ביז איצט גארנישט געשריבן. און איך האב זײ דערצײלט װאס זײ האבן געטאן אין אונדזער שטעטל כמיעלניק און דערנאך װאם איך האב געהערט אין אנדערע שטעט. זײ האבן זיך אנגעקוקט אײנער דעם צװײטן. איך האב בײ זײ אװעקגענומען יעדן מינדםטן צוױיפל.
Source passage 5
Source OCR · scan 449 · printed page 895
Open exact passage
... געהאט זײער א שװער טראגן. געװוינט האבן מיר אין אײן צימער, ס׳איז געװען גענוג ענג פאר אונדז, שוין פיר נפשות, אבער מיר האבן אלץ גענומען פאר ליב, וױיל מיר האבן געהאפט איבערצולעבן די קריג און צוריק טרעפן אונדזערע קרובים׳ װעלכע מיר האבן איבערגעלאזט. מיר פלעגן באקומען אפט ברױו פון אונדזערע פרײנט און כמיעל־ ניקער װאם זענען געװען מערסטנס אין מיטל־אזיע. מיר האבן אויך געהאט עטלעכע פרײנט װאס זענען געװען אויפן פראנט. מיר האבן אויך געלײענט די צײטונג און געהאפט די מלחמה זאל זיך שנעל ענדיקן. די צײטונגען פלעגן ברענ־ גען גוטע נײעם׳ אז די רויטע ארמײ רוקט זיך פארוים. די פרײד איז געװארן גרעסער׳ װען די רוםן :ענען שוין געװען אין פוילן. אבער שלעכטע נײעס האבן אנגעהויבן צו דערגרײכן צו אונדז׳ אז די יירן אין פוילן האט היטלער פארניכטעט, אלע ײדן. — עם האט זיך נישט געװאלט גלויבן. דער טרויע־ דיקער אמת האט זיך אבער באשטעטיקט. מײנע פרײנט האבן נעשריבן פון פוילן פון פראנט, או זײ טרעפן דארט נאר אײנצלנע ײדן׳ װעלכע האבן דורכגעלעבט אין די װעלדער צװישן די פארטיזאנער. װען די מלחמה איז שוין געװען געענדיקט׳ האב איך אנגעהויבן שרײבן ברױו אהײם קײן
Connected nodes
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.
Mentioned In
Adolf Hitler → Named in a report concerning the annihilation of Jews in Poland
אין פוילן האט היטלער פארניכטעט
Page 895 →