Kehilot/Chmielnik
Library
Organization · Jewish council

Judenrat

ױדנראט

Jewish council whose records are discussed as destroyed during the occupation.

Page scan 327HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
5
Primary source passage
Source OCR · scan 327
Open exact passage
... ׳ דאקומענטן געשריבן אין טאג פון די געשעענישן, דאקומענטן פון ײדישער אפשטאמונג װי אוין־ דײטשע און פוילישע אקטן׳ זענען גע־ בליבן אן דערפאלג׳ װײל די קהלה און ױדנראט־דאקומעגטן׳ װי אויך די אקטן פון די ארטיקע מאכט־ארגאנען (פון דער דײטשער זשאנדארמעריע׳ פון מאגיסטראט אא״וו), זענען פארברענט געװארן דורך די דײטשן פאר זײער אפטרעטן פון ׳כמיעלניקער געגנט. פארשטײט זיך׳ אז די דײטשן האבן באװוםטזיגיק פארניכטעט אלע דאקומענטן פון די מאכט־ ארגאנען׳ בכדי זײ זאלן נישט קאנען דינען װי א באשולדי־ קונג־מאטעריאל קעגן זײערע פארברעכער• מען דארף װײטער נעמען אין באטראכט׳ אז דער דײטשער עקסטערמינאציע־ סיםטעם איז נישט אויםן געװען בלויז די פיזישע אויסראטונג פון ײדן׳ גאר אויך די פארניכטונג פון זײערע קולטור־אוצרות. אזוי ארום האט דער ױדנראט װי אויך אנדערע ײדישע אינ־ םטיטוציעס׳ װאם האבן אנטװיקלט א געװיםע טעטיקײט בעת די אקופאציע־יארן׳ איבערגעלאזן נאך זיך װײניק שפורן׳ אינעם זין פון ניצול־געבליבענע דאקומענטן. די דאזיקע בלויזן מוזן פארפולט װערן דורך דאקומענטן׳ װאס שטיצן זיך אויף דעם מענטשלעכן זכרון. א גרויסן באטײט האבן דעריבער פאר אונז די גבײת־עדות׳ װאם זענען אפגעגעבן געװארן דורך די לעבנגעבליבענע כמיעלניקער עדי־ראיה פון די היטלערים־ טישע פארברעכנס פאר דער צענטראלער ײדישער היםטארי־ שער קאמיםיע אין מיגכן תיכף נאך דער מלחמה. די דאזיקע גבײת־עדות געפינען זיך הײנט אין דעם יד־ושם־ארכיװ׳ אין ירושלים׳ און װערן פארעפנטלעכט אויף די וױיטערדיקע שפאלטן פון דעם בוך. א װיכטיקן מקורותדיקן באטײט האבן
Source passage 2
Source OCR · scan 329 · printed page 658
Open exact passage
... נאך די דאזיקע געשעענישן האט מען נאך די זעלביקע װאד גערופן אין שול פיל ײדן און א דײטשישער אפיציר האט גערעדט װעגן צוריקשטעלן די ארדענונג אין שטאט. צװישן די פארזאמלטע אין שול האט זיך געפינען אברהם לאנגװאלד׳ װאם איז נאמינירט געװארן אלס .ױדנעלטעםטע״. דער דײטשי־ שער אפיציר האט אים גלײד באפוילן צו שאפן דעם ױדנראט. לאנגװאלד האט זיך געװאנדן צו די פארמלחמהדיקע קהילה־ לײט זײ זאלן שאפן דעם ױדנראט׳ אבער כמעט אלע האבן זיך אפגעזאגט; עם האבן אויך נישט געװאלט אנטײלנעמען אין ױדנראט די פארטײאישע עסקנים. בלויז געצײלטע מענטשן האבן זיד אפגערוםן אויפן באפעל פון לאנגװאלד און אזוי ארום איז אין דער אנװעזנהײט פון באפולמעכטיקטן פון דער דײטשישער מאכט׳ א ס.ם.־מאן, געשאםן געװארן דער יודנ־ ראט. עס איז גאיד געשאפן ^עױארן אין ױדנראט דער ארבעטס־אפטײל׳ בראש פון װעלכן עס זענען געשטאנען דוד זאלצםאן אץ אפרים זאלצבערג. מיט דער צײט האט לאגג־ װאלד אויפן סארלאנג סון א גרויסן טײל פון ױדנראט־מיטגלי־
Source passage 3
Source OCR · scan 329 · printed page 658
Open exact passage
... די ערשטע אויפגאבע פון נײ־געשאפענעם ױדנראט איז געװען צוצושטעלן די דײטשן א רשימה פון דער ײדישער באפעלקערונג און איר אומבאװעגלעך פארמעגן. ...
Source passage 4
Source OCR · scan 331
Open exact passage
פארמאטערטע און פארפײניקטע׳ אבער אין א צײט ארום (אין דער העלםט 1940) האבן די דײטשן געפאדערט נאד א גרע־ סערע צאל מענטשן צו דער ארבעט קײן ביאלא־פאדלאםק׳ בײ דער נײער רוסישער גרענעץ׳ צו טריקענען זומפן. דער ױדנראט האט מיט דער הילף פון דער אינצװישן געשאפענער ײדישער פאליצײ׳ מיט מאניעק פאםטערנאק בראש׳ באמיט זיד נאכ־ צוקומען דעם פארלאנג פון דער מאכט׳ אבער די ױגנט׳ װאס האט באקומען ארויספאדערונגען קײן ביאלא־פאדלאםק האט זיד אקעגנגעשטעלט און נישט געװאלט אויםפירן דעם באפעל7). דאם האט ארויםגערופן די זאפארטיקע און ברוטאלע אינטערװענץ מצד דער דײטשישער מאכט. פון קיעלץ זענען אראפגעקומען ם.ם.־לײט מיט היגט׳ װעלכע האבן בגװאלד צונויפגעזאמלט די ױגנטלעכע אויפן פלאץ פון שטאט־קלויס־ טער. מיט דער הילף פון דער ײדישער פאליצײ זענען די פארזאמלטע אװעקגעשיקט געװארן קײן ביאלא־פאדלאםק׳ װו זײ האבן געארבעט בײ מעליאראציע־ארבעטן : גראבן ראװעס און טריקענען זומפן װי אויך רעגולירן טײכן אין שװערע הוגגער־און נויט־באדינגונגען. און א צײט ארום האבן באזוכט דעם לאגער אין ביאלא׳ שמחה יעדװאבני און מאניעק פאם־ טערגאק׳ װאם האבן אפגעגעבן דעם ױדנראט א באריכט פון דעם שוידערלעכן מצב אין לאגער : עס איז אונטערגענומען געװארן אן אינטערװענץ׳ װאם האט אפגע ...
Source passage 5
Source OCR · scan 365 · printed page 729
Open exact passage
... באלד דערנאך האט זיך אנגעהויבן די פרשה פון כאפן ײדן אויף ארבעט. דער ארבעטס־אמט בײם ױדנראט האט געװאלט אײנארדענען דעם עגין פון ארבעט אזוי, אז מען זאל נישט דארפן כאפן אויף די גאםן. דאן האט זיך דער ארבעטס־אמט געװאנדן, אז די זאך זאל דערלעדיקט װערן דורך צושטעלן יעדן טאג א רשימה פון מענטשן צו דער ארבעט. פארמעגלעכע מענטשן האבן זיך אויםגעקויפט פאר געלט און אנדערע האבן פאר זײ געארבעט. דער ױדנראט איז געװעזן אײנקװארטירט אין לאנגװאלדס הויז, שפעטער אויך אין אנדערע ערטער.
Connected nodes
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.
Participated In
Abraham Langwald → Judenrat
לאנגװאלד האט זיך געװאנדן צו די פארמלחמהדיקע קהילה־ לײט זײ זאלן שאפן דעם ױדנראט
role:
appointed to form the council
Page 658 →
Headed Department Of
David Zaltzman → Judenrat
בראש פון װעלכן עס זענען געשטאנען דוד זאלצםאן אץ אפרים זאלצבערג
role:
headed the labor department
Page 658 →
Led By
Ephraim Zaltzberg → Judenrat
בראש פון װעלכן עס זענען געשטאנען דוד זאלצםאן אץ אפרים זאלצבערג
role:
headed the labor department
Page 658 →
Led By
Samuel Zaltzman → Judenrat
װעלכער איז געװארן פרעזעם פון ױדנראטי
role:
president
Page 658 →