Chmielnik Jews
The Jewish residents of Chmielnik described as merchants, artisans, and exporters.
... איך זע זײ װי איצט׳ די כמיעלניקער... אט איז אברהם
שטראך׳ א שװאך קינד געװען׳ װאם איז אויסגעװאקסן צל
אן ארבעטזאמער׳ שטאלצער גוט־באזיצער. יעדן טאג איז עד
ארויםגעריטן אויף א פערד — באארבעט פעלדער לויט די
גײעסטע מעטאדן׳ געהאט א ״האדאװלע״ פון פערד און קי׳
באקומען אלם גוטער לאנדװירט א פרעמיע פון צוזאמענפאי־
פון פוילישע פריצים. אין ײדישע הענט זענען געװען טארטאקי׳
קאלך־אויװנם׳ מילן׳ גיפס׳ א פאבריק פון זײף׳ א פאבריק
פון ביר׳ גארבערײען׳ גרויסע פאשערײען פון גענדז און פיש .
הונדערטער משפחות האבן דערפון געחאט פרגםה. אין די
בערליגער האלעס האט מען געפאדערט כמיעלניקער גענדז.
כמיעלניקער ײדן האבן עקספארטירט האלץ׳ תבואה׳ אײער׳
פעדערן׳ גענדז.... התבגרנו ונפרדנו והתפזרנו למקומות שונים בארץ. יש
לצײן שמהױם הראשון שחמילניקאים נפגשו ליד הגבול הפולני
בשגת 1920 כדי לעבור אותו׳ התאחדנו במלוא מובן המלה.
רגש העזרה ההדדית שרר תמיד בקרב החמילניקאים. חלין
לא מבוטל רושם אני לזכותי ביםוד קבוצת חמילגיקאים של
נגרים תחת השם ״יהודה״ ע״ש חברנו יהודה ארנרײך ז״ל (בן
דודל ארנרײך שנםפה באופן טרגי בקנדה). בקבוצת הנגרים
הױ חברינו: יוטשנקה שמואל׳ גולדליםט מוטל׳ גליקםמן
אלתר׳ פרידמן אהרון־בער וחנן פם.דער דאזיקער געשיכטלעכער איבערבליק װעגן כמיעלניקער
ײדן בעת דער היטלער־אקופאציע באזירט בעיקר אויף
זכרונות און גבײת־עדות־מאטעריאלן. אלע אונזערע באמי־
אונגען צו באקומען דאקומענטארע מקורות׳ דאקומענטן
געשריבן אין טאג פון די געשעענישן, דאקומענטן פון ײדישער
אפשטאמונג װי אוין־ דײטשע און פוילישע אקטן׳ זענען גע־
בליבן אן דערפאלג׳ װײל די קהלה און ױדנראט־דאקומעגטן׳
װי אויך די אקטן פון די ארטיקע מאכט־ארגאנען (פון דער
דײטשער זשאנדארמעריע׳ פון מאגיסטראט אא״וו), זענען
פארברענט געװארן דורך די דײטשן פאר זײער אפטרעטן פון
׳כמיעלניקער געגנט. פארשטײט זיך׳ אז די דײטשן האבן
באװוםטזיגיק פארניכטעט אלע דאקומענטן פון די מאכט־
ארגאנען׳ בכדי זײ זאלן נישט קאנען דינען װי א באשולדי־
קונג־מאטעריאל קעגן זײערע פארברעכער• מען דארף װײטער
נעמען אין באטראכט׳ אז דער דײטשער עקסטערמינאציע־
סיםטעם איז נישט אויםן געװען בלויז די פיזישע אויסראטונג
פון ײדן׳ גאר אויך די פארניכטונג פון זײערע קולטור־אוצרות.
אזוי ארום האט דער ױדנראט װי אויך אנדערע ײדישע אינ־
םטיטוציעס׳ װאם האבן אנטװיקלט א גע ...... בעת דער עװאקואציע פון בוכענװאלד קײן וױימאר זענען
פיל לאגערניקעם געפאלן אויפן װעג אדער דערשאםן געװארן.
דער טראנספארט פון װײמאר <צו 120 מענטשן אין אײן װאגאן)
איז געװען אין װעג בערך 2 װאכן. אין די סודעטן איז דער
טראנספארט געשטאנען צוליב די באמבארדירונגען 2 טעג.
מענטשן האבן געגעםן גראז און געשטארבן מאםנװײז. פון
2000 מענטשן זענען אנגעקומען קײן טערעזיענשטאט בלויז
300. דעם 8־טן מאי 1945 איז טערעזיענשטאט באפרײט
געװארן. צװישן די באפרײטע דא כמיעלניקער ײדן האבן זיך
געפונען יחיאל און קלמן מאפע׳ יעקב לעמבערג א.א.... אויף דער ארישער זײט איז װארשע האבן זיד אויד געפונען
באשע ראדזינסקא (מאטילדא), מײטע מיאדאװניק, מרים קאליש
אץ איר מאן בן צױן בלאנק (דאס דאזיקע פארפאלק איז אבער
ארײנגעפאלן אין די הענט פון דער זשאנדארמעריע), ד״ר
באלאנאװסקי, נתן שװער מיט זײן פרוי, ריבטשע דזשארע. אין
געטא ווארשע האבן געפונען א צייטװייליקן מקלט די װייטער־
דיקע כמיעלניקער שרידים : בערל האמער, לאה אץ מאניעק
פרײס׳ רוחמה זאלצמאן, בלימקע סאמעטבאנד, אברהם דזשארע
און רבקה ניסנגארטףג). ...צום באדויערן האט די באפרײאונג נאך נישט געמאכט קײן
םוף צו דער הפקרות פון ײדישן לעבן. אין קעלצער פאגראם׳
דעם 4־טן ױני 1946, זענען אומגעקומען 4 כמיעלניקער ײדן :
שמואל װײנבערג. משה ױדל אײזנבערג און מנדל מיקא־
לאװםקי װי אויך פרוי פלוטנא. אין טאג פון פאגראם׳ בעת
װעלכן עם זענען דערמארדעט געװארן 46 ײדן און 81 זענען
פארוהנדעט געװארן׳ האבן זיך פארזאמלט אין כמיעלניק טויזנ־
מער פויעריםאוןעס האט געדראט א פאגראם די 14 ײדן׳ װאם
האבן זיך דאן דא געפונען. צום גליק זעגען גראד אנגעקומען
קײן כמיעלניק עטלעכע מאשינען מיט מיליטער. די דאזיקע
מיליטערישע אפטײלונג בראש מיט דעם העלדישן ײדישן
מײדל פון כמיעלגיק׳ עטקע לעװקאװיטש׳ האט געעפנט א
פײער אויפן המון (עטקע אלײן האט געהאלטן א סטען אין דער
האנט און געשאסן אויף רעכטם און לינקס). דער המון איז זיך
פונאנדערגעלאפן און אזוי ארום זענען אפגעראטעװעט געװארן
די ײדן׳ װעלכע האבן זיך געפונען אין יענעם טאג אין
כמיעלניקי■׳). ...... דער װערק ״א״ איז געװען דער גרעסטער פון אלע. אין אים
האבן געארבעט בערך צען טויזנט העפטלינגען פון גאנץ
פוילן װי אויך כמיעלניקער. דא האבן זיך געפינען איבער 10 ...שרעקלעך איז געװעזן דער טויט פון בײלע פערעלשטײן —
דוד בעדערם טאכטער. זי איז געװעזן ױנג און שיץ׳ מיט פיל
לוםט צום לעבן. זי איז אלט געװעזן 16 יאר — בײ אן
אפעל גאנץ פרי האט זי באקומען פון א קאמענדאנט א שטארקן
מערדערישן קלאפ מיט אן אײזערנער פאלקע אין באק און
איר צעבראכן די שטשענקע. קנאפע צװײ װאכן האט זי דאס
געפרװוט אויסבאהאלטן. עםן האט זי נישט געקאנט׳ געגאנגען
צו דער ארבעט איז זי מיט די לעצטע כוחות. זי האט געװאלט
לעבן. ביז — אין א געװיסן טאג זענען די מערדער געקומען
נאך איר. זי האט נאך באװיזן אויסצושרײען פארן טויט:
״ברידער כמיעלניקער׳ אויב איר װעט בלײבן לעבן נעמט
נקמה אין די מערדער !״אין אײנער א נאכט זענען מיר אלע ארעםטירט און אפגע־
שיקט געװארן אין א לאגער אויף דער פיאטרא־אי־פאװלא־
גאס. דאס זענען געװען בלויז מענטשן אן משפחות. די
ענגשאפט איז געװען גרויס. מיט מיר אין צעלע זענען געזעס(
ישראל סאמבורסקי, די ברידער שטײנפעלד, אביגדור שטרום
און אברהם מילער. אין די אנדערע בלאקן מיט װעלכע מיר
האבן נישט געהאט קײן שום קאגטאקט, זענען געװען נאך
פיל כמיעלניקער׳ צװישן זײ — לײב ױסף קצב (שמעון
סטראדלם זון), לײבל םוכעצקי, לײזער קויפמאן, לוםטגארטן
פון בוסקער װעג, ױסף װײל און נאך פיל אנדערע. ...... מיר, כמיעלניקער, האבן זיך געהאלטן צוזאמען און געגעםן
אפילו פון אײן טאפ. בדרך כלל האט יעדע גרופע פון 25
ארעסטאנטן באקומען דרײ־פיר טעפ — מיר דאקעגן האבן
אלע געגעסן פון אײן טאפ לויט א רײ, און אײנער האט געהאט
צוטרוי צום צװײטן, אז ער װעט נישט עסן מער װי עס פאלט
אוים אויף זײן חלק.אין מיטן װינטער האבן מיר באקומען א באפעל צו פאקן די
זאכן און לאזן זיך אין װעג אריץ — צופום• דאס עםן װאס
מיר האבן באקומען אויף דרײ טעג האט מען אויפגעגעסן
אויף אײן סעודה (״אײן מאל באטש אפעסן צו דער זעט און
שטארבן״ — איז געװען דער חלום פון אלע לאגערניקעם),
און ענדלעך זענען מיר — הונגעריקע און געפרוירענע —
אנגעקומען צוריק אין ערשטן לאגער פערעבארי. דארט האבן
מיר װידער געטראפן מאסן פוילישע ײדן, װעלכע מ׳האט פון
דעם זאמלפונקט גענוי װי אונדז געשיקט צו פארשײדענע
ארבעטן אין װאלגאסטרוי. צװישן זײ האבן מיר װידער
געטראפן כמיעלניקער, מיט װעלכע מיר זענען פריער געװען
צעשײדט־ ױסף װײל, אביגדור שטרום, די ברידער שטײנ־
פעלד א״א. פון דאנען האט מען אונדז אפגעשיקט אין לאגער
אוגליטש — א לאגער פון 30 —40 טויזנט פארשיקטע װו די
באדינגונגען זענען געװען פיל ערגערע װי אין דעם ערשטן
מקום. מיר זענען אנגעקומען אין לאגער נומער 1 און נאך א
מעדיצינישער אונטערזוכונג האט מען צעטײלט די ארבעטער
אויף צװײ קאטעגאריעם — שװאכע און געזונטערע. איך און
ברוך שװיעטשניק האבן געהערט צו דער צװײטער קאטע־
גאריע, די איבעריקע כמיעלניקער — צו דער ערשטער. איך
מיט שװיעטשניק זענען דעריבער אפגעשיקט געװארן צו אן
ארבעט אין לאגער װו מ׳האט נישט געלאזט אהײם אײדער
מ׳האט געענדיקט די נארמע. די נארמע איז געװען צו גראבן
זיבן מעטער געפרוירענע ערד, א מעטער די טיף בײ דער
װאלגא, און דאס בײ דרײםיק גראד פראסט. דעם רוב טעג
זענען מיר נאך דער ארבעט פארנאכט געבליבן אין דרויםן׳
װײל מער װי פינף פראצענט פון דער נארמע האבן מיר בײם
בעסטן װילן נישט געקענט אויםפירן. אײן מאל אין א פאר־
נאכט ...... ארבעט — צװישן זײ בין אויך איך געװען. ברוך שװיעטשניק
איז אנגענומען געװארן אויף ארבעט אין דער בעקערײ —
נאך דעם װי ער האט ״אונטערגעשמירט״ דעם ״נאטשאלניק״
מיט א גאלדענעם זײגער — דעם אײנציקן חפץ, װאס איז
אים געבליבן פון דער הײם, א זאך װאס ער האט געהיטן װי
.אן אויג אין קאפ׳ װײל דאם איז געװען א מתנה פון זײן
טאטן. איך בין אפגעשיקט געװארן אלס קראנקער אין לאגער
נומער 1, װו כ׳האב װידער געטראפן כמיעלניקער.םוף דעצעמבער האט אנגעהויבן צו װערן קאלט און
עם זענען געפאלז גרויםע שנײען. דאם װוינען אין דער הײם
פון די כמיעלניקער, דאס שלאפן אויף דער פאדלאגע איז
געװארן ערגער. דעם גאנצן יאנואר האבן מיר געװארט אויף
די פאספארטן, מיר זאלן קענען אװעקפארן. אלץ איז געװאת
טײער און מען האט אפילו נישט באקומען צו עםן. אזוי ביזן
1־טן פעברואר׳ דעם טאג װען מיר האבן פארלאזט לעמבערג.
א גרויםער עשאלאן איז געשטאנען גרײט אװעקצופירן אונדז,
א גרופע װאם האט געצײלט א 15 הונדערט מענטשן. װען
מיר זענען געבליבן שטײן ערגעץ אין א שטעטל, זענען
צוגעקומען ײדן און מיט אונדז געבאפט א שמועם, װי דער
שטײגער, האבן זײ אויף אלעם געענטפערט, אז ס׳איז גוט׳
אבער לויט זײער הולך האט מען געקאנט זעען, אז זײ
זענען נישט קײן גבירים. אויפן װעג האבן מיר אויך געטראפן
ײדישע אפיצירן, געכאפט א שמועס מיט זײ. עם האט אונדז
אימפאנירט צו זעען א ײדישן אפיציר. נאך זיבן טעג פארן׳
זענען מיר אנגעקומען אין א שײנער שטאט׳ גרוים װי קעלץ•
געהייסן האט זי פיאטיגארםק. אין א האטעל׳ האט מען אונדז
געגעבן א בחינמדיקן מיטאג. צוױי טעג זענען מיר דארט
געװען. און דא האט מען אונדז אלע כמיעלניקער ...אלע כמיעלניקער האבן זיך געהאלטן צוזאמען, געעצהט
זיך איינער מיטן צווייטן ווי איין משפחה. עטעלעכע זענען
אװעק צוריק אהײם, טײל זענען אװעק קײן דאנבאם אין די
קױלן־גרובן. קײן גוטע גרוםן זענען נישט געקומען פוז זײ־
האט זיך קיינער מער נישט געוואלט פארשרייבן. דער גוטער
חײם קלײנהענדלער פלעגט אײנטענהען מיט אונדז -. קינדער־
לעך, קיין דאנבאס פארט נישט, ס׳טויג נישט דארטן ! שפע־
טער האט מען אנאנםירט, אז מען קאן זיך פארשרײבן צו
פארן נאך רוסלאנד אין פארשידענע ערטער און מען קען
אויסקלויבן זיך, װי אונדזערם א גרויםע גרופע האט אויםגע־
קליבן, קאװקאז. מיר זענען אװעק א גרויםע גרופע כמיעלני־
קער, בײ א 30 —40 אין צאל, איבערגעלאזט נאך א סך
במיעלניקער אין לעמבערג, װעלכע האבן געהאלטן אז דארט ...... װען איך בין צוריק געקומען אהײם האט דאס שטעטל
געהאט אן אנדער פנים. עס איז שוין געװען אין די הענט פון
די דײטשן און די כמיעלניקער ײדן האבן דעם ערשטן טאג
געצאלט א טײערן פרײז. 18 ײדן זענען דערשאסן געװארן•
דאם האב איך זיך דערװוםט נאך זײענדיק אויםער דער שטאט.
איד בין געגאנגען צופוס עטלעכע הוגדערט קילאמעטער אן ...... זיך. גלײך װי איך בין דארט אנגעקומען׳ האב איד נאכגעקוקס
די ליםטע פון די אלע װאס זענען דארט געװען׳ און אויד
פון אזעלכע װאם זענען דורכגעפארן קיעלץ. איך האב נישט
געפונען׳ װאס איך האב געזוכט. איך האב דארט געטראפן
עטלעכע כמיעלניקער׳ װעלכע זענען שפעטער דערמארדעט
געװארן אין דעם טרויעריק־בארימטן קיעלצער פאגראם.אינעם יאר 1945 האבן מיר באקומען ידיעות אז א צאל
געראטעװעטע כמיעלניקער ײדן האבן זיך ארויםגעלאזט אויפן
װעג קײן ארץ ישראל מיט דער עליה ב/ מיר האבן זײ
אומעטום נאכגעפאלגט אויף דעם װעג, און מיר האבן
אריבערגעשיקט שפײז־פעקלעך קײן ישראל און גרעסערע
הומעם געלט צו העלפן די װעלכע נויטיקן זיך אין באלדיקער
הילף. .סך־הכל האבן מיר איבערגעשיקט קײן ישראל אײ
שפײז־פעקלעך און אויך אין געלט־־םומען איבער אכט־טויזנט
דאלאר. ...מײן ליבע מוטער שײנדל און טײערע שװעסטער מאטיל
םטראזשעװםקי, װעלכע זענען אומגעקומען צוזאמען מיט אלע
כמיעלניקער ײדן אין די גאז־קאמערן פון טרעבלעקי.
דיר, מײן מוטעה װעל איר געדענקען ביז די ענדע פון מײן לעבן.
האסט דורכגעמאכט אזא שװער לעבן• איר װעל שטענדיק בא־
װיינען דײן ױנג־פארשטארכענעם מאן — מײן פאטער ע״ה•
מאמע^ כ׳װעל אײביק טראגן אין מײן הארץ דײן פרומקײט,
גוטםקײט, דײן אפהיטן שבת ױם־טוב אין דאם דאװענען דײנס
מיט טרעו־ן. כ׳װעל דיר, מײן טײער שװעסטערל מאטיל,
קײנמאל נישט פארגעסן♦ כ׳געדענק גוט די קאפיטלער תנ״ר
װאס האסט דעקלאמירט אזוי שײן, מיט[ ײדישן גיגון.
װי קען איר אײר פארגעסן ? ......
אנדערע זאכן צו שטילן דעם הונגער. איך האב אמאל
געפרװוט נעמען די טאשמעם און אויפן קערפער זײ באהאלטן.
נאך דער ארבעט בײם רעװידירן האט מען די טאשמעס בײ
מיר געפינען. איך בין גלײך ארעסטירט געװארן און בײ יער
אגװעזנהײט פון 10.000 מענטשן האט מען מיך באשולדיקט
אין םאבאטאזש. אלע זענען געװעזן זיכער אז איך גײ צים
טײט. צװײ װאכן בין איך געװעזן אין דער װאך־תפיםה אין
א סעפאראטער צעלע. צװײ מאל האט מען מיך געפארשט
און געשלאגן ביז בלוט און װײטער פארשפארט אין צעלע•
שוין פארן אויםפירן דעם טויט־אורטײל האט זיך בליץ שנעל
דערנענטערט די סאװיעטישע ארמײ אויף די פוילישע ױעגן.
צוליב דער געשאפענער לאגע איז מײן ם.ם. פארשער באטורע
אין פחד אנטלאפן פון לאגער. די געבליבענע זענען געװארן
דעזאריענטירט און צוליב א טעות מיך באפרײט. אלע כמיעל־
ניקער זענען געװעזן זיכער, אז איך לעב נישט. ...... אין 1945 האט די געזעלשאפט, צו דעם צװעק דעלעגירט
דעם פרײנט דײטעלבוים קײן דײטשלאנד אין די דארטיקע
לאגערן צו ברענגען הילף פאר די במיעלניקער, װעלכע האבן
זיך דארט געפונען און צו באקענען זיך מיט זײער לאגע. אין
משך פון זײנע עטלעכע װאבן אויפנהאלט, האט פרײנט
דײטעלבוים באזוכט אלע ײדן־לאגערן און שפיטעלער, פאר־
טײלנדיק הילף פאר די נויטבאדערפטיקע לאנדםלײט. עם איז
פארטײלט געװארן א סומע פון 23 טויזנט פראנק. ...פון 2000 מענטשן זענען אנגעקומען קײן טערעזיענשטאט בלויז 300
The passage gives transport totals, not a count specifically for Chmielnik Jews.
- number_arrived:
- 300
- transport_total:
- 2000
א גרויםע גרופע כמיעלני־ קער, בײ א 30 —40 אין צאל
- approximateCount:
- 30–40
- group:
- large group
עטלעכע כמיעלניקער׳ װעלכע זענען שפעטער דערמארדעט געװארן אין דעם טרויעריק־בארימטן קיעלצער פאגראם
The narrator's group left Petah Tikva and moved to Tel Aviv.
Chmielnik Jews met at the Polish border in 1920 to cross it.
The first tannery in Tel Aviv was established in the Pardes by Chmielnik natives, including Dov Naftali Diamant, Chaim Kavshnibsky, and Berl Kavshnibsky.
The group left Lwów on February 1 and traveled by train.
After seven days of travel, the group arrived in Pyatigorsk and was divided among towns.
Eighteen Jews were shot on the first day the town was in German hands; the passage does not identify who shot them.
The first rescued Chmielnik Jews from camps in Germany and Sweden arrived in America.