Chaim Krul
Named as a Lodz poet and storyteller.
Read more about Chaim Krul than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
דער יידישער פּאָעט האָט אין זיין שעפערישן גאַנג דער-
גרייכט א ברייטע טראַיעקטאָריע. װוי טיילן פון זייער לעבנס-
נעשיכטע איז פארבונדן די שעפערישקייט פון די לאָדזשער
פּעאָעטן און דערציילערס וי עס זענען געװען יצחק קאַצע-
נעלסאָן, מרים אולינאָווער, ישראל ראַבאָן, שלמה בערלינסקי,
חיים קרול, הערש ?. זשיטניצקי, יצחק בערלינער און אנדערע,
יינגערע און מיטליאָריקע. און ס'זענען חיים ליב פוקס, ישעיהו
שפּיגל. ...... פיגורן, ארויסגעבראכטן פון מאַלערס אין האָלצשניטן. בראָ-
דערזאָנען האָבן אין דער אָפענסיווע קעגן די אלטע נוסחאות
פון יידישן פּאֶָעטישן און מאַָלערישן , פּאָטשעראָק"" באַגלייט
די פּאָעטן פון לאָדזש חיים קרול, יחזקא? משה ניימאן, דוד
זיטמאן, ישרא? אַדלער און אנדערע. די מאָלערס איטשע
ברוינער, מאַרעק שווארץ, יאנקל אַדלער א"א. אַריגינעל אוי-
סערלעך, ניי, אָנגרייפעריש אינטעלעקטועל, מוטיק אין אינ-
האַלט האָבן די העפטן אין איין מניה ביה געמאַכט לאָדזש
פאר א ליטערארישן צענטער, ארויסגערופן אַָנערקענונג און
חידוש אין דער נאַנצער ליטערארישער וועלט, נישט נאָר אין
ווארשע, נייערט אויך אין דער ני-יאָרקער יידיש-ליטערארי-
שער משפּחה. אַמביציעזע אויפטוען זענען באַלד נאָכגעקומען
טאַקע אין ווארשע, און דער רוב פון זיי בשותפות מיט
בראָדערזאָנען און מיט זיין אַקטיון אָנטיי?. דערנאָך זענען
אויפגעקומען אין ווארשע די גרויסע ליטערארישע העפטן
,אלבאטראָס", , כאַליאַסטרע? און שפּעטער קריננען". די
נעמען פון אורי צבי גרינבערג, מלך ראַװיטש, פּרץ מאַרקיש
--- דעמאָלט אין פּױלן -- האָבן ברייט און הויך געקלונגען
איבער די פּליינען פון דער ווייסל-מדינה.אין הונגער און אין דורכויסיקער אָרעמקייט האָט ישראל
רובין געשטעלט שפּעטער זיינע ערנסטע שרייבערישע טריט.
זיך באַװוּסט פון זיין אינעװייניקסטן כוח האָט ער אין גיכן
גענומען אין לאָדזש אָרנאַניזירן פּעריאָדישע ליטערארישע
אויסנאבעס, אין וועלכע ער האָט באַלד נעהאט אן אֶנפירן-
דיקע ראָל, כאָטש א חיים לייב פוקס, א פייוו? גאַרפינקעל
זענען פון פריער געווען באַקאַנט װוי שרייבערס מיט א רוטין,
עס אין געווען נישט פאַנג נאָך דער וועלט-שחיטה פון
4 -1918. ארום ישראל רובין און דעם זשורנאַל ,ס'פעלך"
האָבן זיך געזאמלט די דיכטערס דוד זיטמאַן, חיים קרול,
י. ה. ראַדאָשיצקי, יצחק בערלינער, ישעיהו שפּינל, מרים
אולינאָווער, שרה בוים, ראָזע יאקובאָװויטש; די מיינסטע זענען
געקומען פון אומבאַקאַנטע שטעטלעך, אָבער צו זיי זענען
צונעשטאַנען די עלטערע תושבים, די אָנערקענטע יצחק קאַ-
צענעלסאָן משה בראָדערזאָן, י. מ. ניימאן, הערשעלע.
ס'פעלד" האָט נעטראָנן דעם חותם פון יונגשרייבערישע
פּרוּוון, אָבער אויך בולטע צייכנס פון טאַלאַנט. אויסנעווינט
זיך אין , ס'פעלד" פאר א צייט, איז דערנאָך אויפגעקומען
דער זשורנא? , שוועלן", װו ישרא?ל רובין האָט זיך מערער
ארויסגעהויבן מיט זיין אייננאַרט, כאָטש דאָ איז צו דער
רעדאקציע צונעשטאַנען אויך ח. ?. פוקס. אין , שוועלן" ווייזט
זיך ישראל רובין שוין מיט אַן אינטעלעקטועלער רייפקייט,
ער שרייבט שוין טאַלענטירטע עסייען וועגן ליטעראטור, ער
ברעננט אויך זיינע ליטערארישפּאָלעמישע נאָטיצן, אָבער ער
איז נאָך אלץ נישט ישראל ראַבאָ, װאָס אונטער דעם פּען-
נאָמען קומט ער שוין אין בולטער צייטיקייט. אנב איז ראַבאָן
נישט געווען דער איינ ...... חיים קרולחיים קרול, אז די ועלט
װעוט יאַקבי רעגירט פון
אורעלעמענטן, אָבער אים
זענען זיי לחלוטין נישט
נונע. אים אין גוט דאָס
היימישע ווינקעלע נעבן טאַ-
טעשי מיט די שוועסטערלעך
אים איז ליב דאָס רייכערנ-
דיקע עלפער לעמפּ? װאָס
ווינט זיךך פאר אים אויף
שטריק? אַנטקעגן דער וע-
בערישער , לאַדע" אָדער עס
בלינצלט (דערנאָך) אויפן
טיש, ווען ער איז פארטיפט
אין בוך פון נעטהע אָדער
בייראָן. די גייסטיקע וועלט
ואס דער טאַטעשי און דעם טאַטנס חבריה פון שילעכל אין
ראַדאָנאָשטש האָבן נגעשפּרײט פאר אים, איז חיים קרולן געווען
ליב װי עס איז אים געווען נאָענט די ספערע פון פּאָעזיע. אַזאַ,
א נישט-דאָיקער, איזן ער געוװוען אַנטקענן דער האַמעטנער
סביבה פון פּרנסה-מאַכערס דאָ און דאָרט, און אזעלכער אין
ער געבליבן עד סופו, דער זעלטענער חיים קרול, װאָס אין
א פריצייטיק פארוועלקטער, אן איינגעבראַכענער אוױיסגעגאַנגען
אין א נידיאָרקער שפּיטאָל פאר אומהיילעוודיק קראנקע. ...ס'אין מאָדנע: חיים קרול, א יידישער
דיכטער פון דער האַרטנעקיקער
שטאָט לאָדזש און -- א נישט-דאָיקער. ניין, עס איז נישט קיין
טעות אין דער כאַראַקטעריסטיק. חיים קרול איז געווען
א פרעמד-פלאנץ אין דער גרויסשטאָט און אזא איז געבליבן
זיין חותם אין דער יידישער דיכטונג.
חיים קרול איז א דיכטער װואָס איז אויפנענאַננען אונטער
די לאָדזשער הימלען, אָבער ער האָט א פרעמדער געבלאָנדזשעט
אין גרױיסשטאָטישן האַרמידער. א לירישע נאַטור וועדליק זיין
מהות, איז ער גייסטיק געװאָקסן אָן א זייט, ווען ער האָט
פארבלאַנדזשעט אין דעם צעשריגענעם ניו-יאָרק.
אוודאי, דער פּאֶָעט חיים קרו? איז געווען באַלד אין זיין
אָנהייב אַן אומרעאַלע דערשיינונג, אויב מ'קען זיך אזוי אויס-
דריקן וועגן א לעבעדיקן מענטש. אין דער וועלט פון האַרבע,
רויע רעאַליטעטן איז ער תמיד געווען נישט הי. ווען חיים קרול
אין אויפנעקומען אין לאָדזש, דערזען זיך אקעגן דעם גינאַנט
װאָס איז אויפגעמויערט געװאָרן פון מענטשלעכן כוח, האָט
ער עפּעס פרעמדלעך אויפנעצאַפּלט מיט זיין צאַרטן לייב און
לעבן; ...אָן ספק: קודם-כל איז חיים קרול, דער איש-לאָדזש, דער
זון פון דעם פרומען כילקע קרול, געווען א יידישער פּאָעט
בחסד עליון. פון אים ווילט זיך װאָס מער דערציילן, דערפון,
װאָס עס עקבערט אין אונדזער זינען. ...... טישן הויף: ,, איך נעם זיך גרייטן אויפן מיטװאָך (וען
ס'איז אָנגעזאָגט חייה-שרהס קומען צו זיי). איך פּוץ מיינע
נעג?, װי א מייד?, און איך ואַש מיינע ציין. און ביי אונדן
אין שטוב גייט אָן א פלייסיקע אַרבעט. מיינע שוועסטערלעך
שטויבן אֶפּ די צוויי לאַנדשאַפטן װאָס הענגען איבער דער
װאַנט, פּוצן אָפּ די בעטן-ווענטלעך, ואַשן איבער די פּאָך-
לאָגע... ס'ווערט אַװונט. מיין פאָטער גייט אין דער חברה דאַװ-
נען מנחה-מעריב און מיינע שוועסטערלעך פּוצן זיך אויס
לכבוד חייה-שרהן און אויך דערפאר, וװאָס עס איז געקומען
דער שיינער, קילער אֶװונט פון רו. מיין שוועסטער צירעלע
האָט נגעאַרבעט הינטערן שטול וי איך, וי מיין טאַטע, און
מיין קליין שוועסטער? פייטשעלע, האָט געפירט דאָס ווירט-
שאַפט". װי אין א טאָגבוך פארצייכנט חיים קרול די נעשעע-
נישן און דאָס קלערן זיינס בייטאָג און ס'חלומען ביינאַכט.
חייה-שרה איז דער צענטער פון דער נאַנצער שיינער וועלט.
יאָ, עס אין אוועק אין די העכערע עולמות זיין ליבע צו
חייה-שרהן :הערשעלע, יצחקל, יצחק-הערשל, וי ער פאַרצערטלט זייערע
נעמען, חיים קרול, וועלכער האָט נאָך פריינד פון דער שריי-
בערישער קאַװאַלעריע, אָבער יענע זענען מער פארנומען, זיי
קענען זיך אזוי נישט אָפּרייסן צו קומען קיין ראַדאָנאָשטש.
ראַדאָנאָשטש איז די געגנט װו כילקע קרול, חיימס גנוטער
טאַטע האָט זיך באַזעצט מיט יאָרן, יאָרן צוריק און פון ראַ-
דאָגאָשטש איז דער משפּחה נישט גרינג זיך צו דערווייטערן.
און זי װויל זיך נישט אוועקרייסן דערפון. ווייל סיי די זון, סיי
די לבנה און אויך די שטילקייט זענען אין ראַדאָנאָשטש עפּעס
מער איינגן װוי אַנדערשװוּ אין דעם משונה צעשריגענעם כרך
לאָדזש. אפילו היימלעכער איז די קרולס אין זייער קאַנט װי
אין באַלוט. באלוט איז אן אנדערע, רוישיקערע געגנט פון
שטאָט, אין פארגלייך מיט חיים קרולס קאַנט, װוּהין עס , פאר-
בלאַנדזשען" --- צו מאָל װוי אויף טשיקאַװעס -- אויך די דיכ-
טער-קאָלעגן פון שטאָט גופא, ס'הייסט פון דער ווייט. ס'קומען
משה בראָדערזאָן מיט די גרויסע באַקנבערד, מיט דער שווע-
רער, ביינערנער שפּילקע אין קראַװאַט, ס'אַװועט זיך אהער
יצחק ...האָט ער זיך אויסנעלערנט נרינטלעך פּוליש, דייטש, רוסיש
און מיטן הונגער פון די װוי?ל-באַװווסטע יידישע מתמידים זיך
באַקענט מיט די ליטעראטורן פון דער וועלט. נישט געקענט
דערגרייכן צו די גאוני השיר אין אַרינינאָל, האָט חיים קרול
דער וועבער-געזעלן געשלונגען די ווערק פון אמאר חאַיאַם,
פון האָמער, פון ווערלען, פון געטהע, פון װאָלטער און קיט
און בייראָן און רימנאָ אין איבערזעצוננ. די ספרי קודש פון
זיין טאַטעשיס פּאָליצע און פון זיינע פרומע זיידעס זענען אים
אויך נישט געווען פרעמד. דערפון זיין נטיה א מאָל צו דער-
נענטערן זיך אין זיין אייגענער דיכטונג צו מאָטיוון פון תנ"ך,
און נישט זעלטן זיינע מעטאַפאָרן פונעם טיף-יידישן ברונעם.
פון זיין אָרעמער סביבה איז חיים קרול אָפט ארויס צו די
רייכע נאָרטנס פון די אומות העולם און דערפון א מאָל
שמועסן מיטן טאַטעשי כילקע מיט די רויט געליאַמעװעטע
אוינן,. ע? פּי רוב האָט ער דיכטעריש זיך אויסנגעלעבט אויף
אן אומרעאַלן באָרן. סימבאָלן זענען ביי אים געװוען סאמע
װאָר,. נישט מער, זיין מענטשישער באַנעם איז א באַשיי-
דענער, א יידיש-יידישלעכער װאָס אויף אים לעסטיקט (אומ-
באַװוּסטזיניק) די ירושה פון דורות, פון זיינע פרומע אבות.
אין רגעס פון פּלוצליננער אויסניכטערוננ שטאַמלען ארויס פון
אים אויך ...דיקער וועלט פון זאַכן און צמחים. נישט סיין חירוש דעריבער,
ווייל חיים קרול איז לרוב אױסגעטאָן פון דער ווירקלעכקייט,
כאָטש זי האַלט אים אין שפּאַן װי א שכיר יום. װי אזא מון
ער אפילו זאָרגן פאר זיין אויסקומעניש וי פארן וווילזיין פון
זיינע נאָענטע און פריינד. אוודאי האָט דער דיכטערוועבער
אויך פריינד פּונקט וי די פריינד פון זיינע שװװעסטערלעך,
פון זיין איידעלן טאַטן זענען אויך זיינע פריינד. צו די נאָענטע
חיים קרולס רעכענען זיך קודם אלע װאָס ניינן זיך צו אים
מיט ליד, מיט ראַפינירטן געדאַנק און קינסטלערישן בילר. ממש
בוזעם-פריינד זיינע,, די סאמע טייערסטע זענען אים יצחק-
הערש ראַדאָשיצקי, װאָס האָט א ראַזיר-דשטוב אויף שרעדניע
גאַס און ער פאַלט אָפּט אריין צו קרולן מיט א ברידערלעכן
פרעג: װאָס מאַכסטו, חיימל? כ'האָב נעכטן זיך נישט געקענט
אָפּרייסן פון שטוב. זיי נישט ברונז. און ליב איז דעם דיכטער
פון דער ווייטער ראָג זגערזשער נאַס, קרולן, דער שיינער, שטי-
לער שניירער-פּאָעט יצחק בערלינער, א פארטוענער ביי דער
ניימאַשין. נו, עס איז װווי? אויב ער האָט צו טאָן ביי דער
שניידערישער מלאכ ...דרוקט זייערע לידער. צו מאָל פלענט לאַזאַר קאַהאַן זיין דער
אַנטדעקער פון די טאַלאַנטירטע יונגע מענטשן, װאָס זענען
געקומען פון דער פארװאָרפענער אָרעמער פּוילישער פּראָוינץ.
חיים קרול איז -- מחמת זיין באַזונדערקייט אין רעגיאָן פון
נישט רעאַליסטישער פּאָעזיע -- נעװען א שטיק עקקאָטיק
פאר לאַזאַר קאַהאַנען דעם רעדאקטאָר און ער פלעגט פון
מאָל צו מאָל אויך דרוקן אין זיין צייטונג קרולס קורץ-שורה-
דיקע לידער און באַלאַדעס. ער האָט זיך געהאַלטן פאר א פריינד
פון דעם װועבערישן פּאָעט און אים אפילו באַזוכט. קאַהאַן
האָט אין די פריע צוואנציקער יאָרן אויך צוגעטאָן א האַנט
ביים אַרויסגעבן אַ מאָל אַ לידער-בוך פון אַ יידישן פּאֶָעט.
מיט דעם איז לאַזאַר קאהאַן געווען דער בולטסטער קעגנזאַץ
פון דעם בורזשואַזן ארויסגעבער פונעם ,לאָדזשער טאַגע-
בלאַט", פון עמנוא? האמבורסקין, וועלכער איז געווען כולו
אונטערנעמער. ריכטיק, האַמבורסקי האָט זיך ארומגערינגלט
מיט געניטע פּען-מענטשן, מיט רעדאקטאָרן און מיטאַרבעטערס
פון לאָדזש נופא וי פון ווארשע און אויך פון די אויסלאנדס.
נאָך דעם וי דער באַװוּסטער ישעיהו אונער איז אוועק פון
רעדאקטאָר-פּולט האָט די רעדאקציע איבערגענומען אין
לאָדזשער טאַגעבלאַט" ד ...אנדערע פּאָעטן האָבן אויך פארעפנטלעכט זייערע שאַפונ-
גען אין , לאָדזשער טאַנעבלאַט", אָבער חיים קרול האָט זיך
בכלל געהאַלטן מן הצד פון דער צייטונג, סיידן לאַזאַר קאַהאַן
האָט ביי אים , קאָנפיסקירט" א ליד און עס אָפּנעדרוקט. נו,
לאַזאַר קאַהאַנס בלאט איז לפי זיין מהות געווען מער פּראָלע- ...די פּאָעטן פון לאָדזש חיים קרול
This expresses association with Lodz, not formal membership.
- role:
- poet
א דיכטער װואָס איז אויפנענאַננען אונטער די לאָדזשער הימלען
The wording indicates upbringing or emergence under Lodz's skies, not necessarily birth.
נעאַרבעט זייט ביי זייט מיט זיין טאַטן כילקע
The passage explicitly says he worked alongside his father; the loom is described in the surrounding sentence.
חיים קרולס קאַנט
The text associates Chaim Krul with a neighborhood or district, but the exact residence claim is contextual.
דרוקן אין זיין צייטונג קרולס קורץ-שורה-
- workType:
- short-line poems and ballads
אנדערע פּאָעטן האָבן אויך פארעפנטלעכט זייערע שאַפונ- גען אין , לאָדזשער טאַנעבלאַט"
The passage says other poets published there and separately discusses Krul’s relation to the paper.