Chmielnik Jewish community
Jewish community described amid Hasidic factional struggles.
במאה הי״ט בא בתוך החברה היהודית בחמילניק בהש־
פעת החסידות, שינוי גיכר בצבױנה הרוחני־תרבותי• המאבק
שהיה נטוש שנים מספר בי ןהמתנגדים לבין החםידים, הביא
לחסידים עדפות ונצחון מוחלט. התגברות החסידות התחילה
עם בוא הרב דוד לנדא שהיה ידוע כלוחם קנאי. לכן אין פלא
שמלחמת המתנגדים נגדו, הלכה והתפשטה בקרב האוכלוסיה
בלי לשים לב לאמצעי המלחמה. המתנגדים לא נרתעו אפילו
לדרוש את הדחתו מרבנות, אולם למדנותו הגדולה ויחום משפ־
חת לנדא עמדו לימינו. גם בימי ױרשו נמשכה עוד המלחמה.
במרוצת הזמן השתלטה החסידות וביחוד הקוצקאית. ראשי
הקהילה במחצית השניה של המאה הי״ט הושיבו גם על כסא
הרבנות את הרב אברהם יצחק סילמאן מחםידי קוצק. הוא
היה נוםע אל ר׳ ליבלה אײגר בעל ״תורת אמת״ ואל רבי
צדוק הכהן בעל ״פרי צדיק״• אחרי פטירתו של כהן רצו
חםידי לובלין לבחור אותו כממלא מקומו — אולם הוא סרב
ונשאר בחמילניק. עם הרב אברהם יצחק סילמן, שהיה תלמידו
של הרבי אברהמלה אײגר מלובלין, בעל המחבר ״שבט
יהודה״, התפשטה בחמילגיק בשנות השבעים של המאה הי״ט,
החםידות הלובליאנית. מגי בחירה זו ...•) סופרי בת אוזירוב התעלמו ״בדלית ברירה״ מםרטי חײהם של
צדיקי שושלת אוזירוב, בעקב עױװתם ובריחתם מן הפרםום. ברם
תנועת החסידות זקוקה לפרסום אישיד״ ואין היא בת חורין להסתלק
משושלת שלימה שנמשכה חמשה דורות שאישיה תפםו מקום חשוב
בחסידות. מאידך היתה שושלת אוזירוב שלובה בחײ קהילת חמלגיק
והדוקה לענײױה הרוחנײם במשך כמה דורות. שגים מצדיקיה כהגו גפ
בכהוגת רועים רוחנײם בעיר, ואחד מהם היה יליד חמלגיק. וטוב עשו
מיציאי ש:י םפרי צדיקי אוזירוב בהקדימם קצת תאורי־חײם ממחבריהם.
והודות להם יכולתי לרכז את החומר גם על ראשוגי השושלת עד כמה
שהיה בגמצא, ולתת פרק ױתר ארוך על *עמוד התיכון״ של השושלת
רבי ליב אב״ד בחמלניק. חשיבות מױחדת נודעת לקורות שושלת זו
שעד כה טרם באו בכתובים, ובודאי יעוררו עגין בשטח ההיסטורױגרפיה
החסידית. וטוב שנתגלגלה זכות ל״סנקס חמלגיק״ לתת בו מקום
לתולדותיה ולהשתלשלותה. ...כמיעלניק האט געהערט צו יענע ײדישע שטעטלעך װעמענפ
שטאטראטן האבן געהאט א ײדישע מערהײט. די ײדן האבן
אבער מװתר געװען אויפן כבוד און אלס בורמיםטש אוים־
געקליבן דװקא א פאליאק. דער דאזיקער •װיתור האט זײ
אבער װײניק געהאלפן. די רעגירונג װעלכע איז דורך געװיםע
ײדישע פארטײען באטראכט געװארן אלם בעסטע פאר ײדן
פון אלע מעגלעכע רעגירונגען אין פוילן, האט ליקװידירט
די ײדישע מאכט אין שטעטל. די מיטלען זענען געװען
פשוטעז רדיפות און נגישות, עקאנאמישע רעפרעסיעם.
שטראפן פאר כלומרשטע םאניטארע עבירות אדג״ל. אין
פוילישן םײם און סענאט זענען שוין דעמאלט געזעםן ײדישע
סארשטײער, װעמענם רוב האט נישט געװאגט פארצוזעצן
דעם קאמף קעגן דער אגטיםעמיטישער פאליטיק, װאס האט
געצילט צו צװינגען ײדן צו פארלאזן דאס לאנד אין גרוים
בהלה.... ה״• מ׳האט שוין געהאט צוגעגרײט אן אלט־פארזעםענער
ארעמער בתולה. אויבאיךגעדענקקלאר׳איזזי געװען מילקע
דעם םופרס טאכטער און עפעס אן עלטערער בחור׳ א בטלן
װאס איז גראד געקומען קײן כמיעלגיק׳ װען די כאלערע איז
אויםגעבראכן. ער האט זיך אויפגעהאלטן אין בית־מדרש׳
געטראגן האלץ און װאםער און גאך אנדערע שליחותן גע־
גאניען. דאס איז געװען צומארגנם׳ זונטיק נאן שבת נחמו.
נאך האלבן טאג האבן זיך באװיזן צװײ רײטער אויף פערד,
אנגעטאן אין רבנישע קלײדער — שטרײמלעך אויף די קעפ
מיט אטלאסענע זשובעצעס׳ מיט גארטלען ארומגעבונדן. זײ
האבן זיך אפגעשטעלט בײ דעם פראםטן בית־מדרש און הויך
אויפן קול אויסגערופן די געמען פון די קראנקע ײדן׳ װאם
האבן זיך געפונען אין די צײטװײליקע האספיטאלם און אוים־
גערופן : ״בעזרת השם׳ װעלן אלע קראנקע פון דער קהילה
קדושה כמיעלניק׳ געזונט װערן !״... כמיעלניק איז געװען כמעט א ײדישע שטאט, װו מען האט
א גאנצע װאך — ביז אויף דאנערשטיק דעם יאריד־טאג כמעט
קײן גוי פאר די אויגן נישט געזען ; אלע געשעפטן אין מארק
װי אין די גאםן און געםלעך, זענען געװען ײדישע. צו יענער
צײט זענען נאך קײן פארטײען אויף דער ײדישער גאם כמעט
װי לגמרי נישט געװען, האט למעשה עקזיסטירט גאר אײנע :
״תורה־און פרנםה־פארטײ״... קען מען זאגן, אז בײ יעדן אן
אויםנאם ײד, איז קודם־כל געװען תורה. ערשט אין דער
צװײטער רײ איז געקומען די דאגת פרנסד״ װאם איז בײם רוב
ײדן אין שטאט געװען קשה כקריעת ים־םוף.געזונגען מיט אזא התלהבות׳ אז — מי שלא ראה שמחה...
לאנג׳ לאנג דערנאו האט מען גערעדט אין כמיעלניק װעגן
אמ דער אריגינעלער רײכער חתונה. ...באלד האבן זײ אפמארשירט צו זײער צענטראלע און מען
האט זײ אנגעטון צײכנס אויף די הענט און זײ דערקלערט
פאר מיליץ. דעם טאג האבן ײדן פון שטעטל איבערגעלעבט
גרוים שרעק. מען האט שוין די קינדער נישט געשיקט
אין די חדרים, עם זענען זיך צוזאמענגעקומען אין די הײזער
צו דרײ־פיר פאמיליעס כדי גישט צו זײן אלײן. ײדן האבן
צװישן זיך גערעדט ? װאם װעט זײן פון דעם ? װער קען זײן
זיכער מיטן לעבן ז אלע געזונטע און שטארקע מענער זענען
אװעק אין דער גובערגיע און מיר זענען אויסגעשטעלט צו די
געםארן פון די ארומיקע פויערים פון די דערפער. זײ
באדארפן גאר צו װיםן׳ אז אלע רוםישע סטראזשניקעס זענען ...אינעם שװארצן פרײטיק 1914, האט דאס ײדישע כמיעלניק
איבערגעלעבט א טרויעריקן קאשמאר פון הענגען 3 ײדן פאר
מכלומרשטן ״שפיאנאזש״, אין װעלכן די קאזאקן האבן זײ
באשולדיקט. יארן־לאנג האט דאם שטעטל נישט פערגעםן אט
דעם אומגליק און דאם איבערגעגעבן פון דור צו דור. ...... באלד האט זיך דערהערט פון אלע ײדישע הײזער די
שבתדיקע זמירות ״אזמר בשבחין״, אויםגעמישט מיט געשמאקן
ריח פון שבתדיקע מאכלים. כמיעלניקער ײדן האבן זיך נישט
געהאט װאם צו שעמען מיט זײערע בעלי מנגנים. מאדזשיצערשפעטער, שבת־פארמיטאג איז דער עולם אויף דער גאס
געװארן נאך פארביקער. כמיעלניקער האבן קײנמאל נישט
ליב געהאט צו זיצן אין דער הײם. פון בית־המדרש אין שול־
גאם׳ װאס האט לעצטנס געהײםן בערקא יאםעלעװיטשא־גאס,
האבן זיך ארויסגעלאזט ײדן גאכן דאװענען פון שול און בית
המדרש, מערםטנם בעלי מלאכות מיט געהאקטע קאפאטעם
און אויך פארגעשריטענע, װאם האבן נאך נישט אין גאנצן
איבערגעריסן מיט רבוגו של עולם. פון .אלע עקן שטאט האבן
זיך באלד דערנאך באװיזן חסירים, מתפללים, אין אטלאפ,
זײד און םאמעט ײדן חםידים פון אלע רבײאישע... און זוען עס איז געקומען דער פרילינג און זומער האבן די
כמיעלניקער ספארטלער פון ״גװיאזדא״־״שטערן״, שפעטער
אויך ״מכבי״ געשפילט פוטבאל־מעטשן מיט קעלצער און
אנדערע פוטבאליםטן. םפארט, האנטבאל בײם באדן זיך איז
געװען זײער פאפולער אין שטעטל. מען פלעגט אויך פיל
שפאצירן אויף די װעגן׳ ײנגלעך מיט מײדלעך, און זינגען
ארץ־ישראלדיקע לידער.... די װױן־״אפארטאמענטן׳/ א פאר שלאף־פריטשעם מיט א
קעכל. געהאנדלט פון א נאדל ביז א ביציסקע. ״איטשעלע
װארשעװער׳/ א פלאמענדיקער פועלי־צױניסט, שיעור נישט
א רעװאלוציאנער, אפגעהיטן תפילת־השכמד״ ער מיטן זון,
די זײלן פון דער גמילות־חםד־קאסע אין שטעטל. ...... מאיר הערצקעם (טארעק)
פון די כמיעלניקער ״גיבורים״ ...... א גרויםע פארצװײגטע משפחה האט ער אויפגעשטעלט —
קינדער, אײדעמם, אײניקלעך, האבן אויםגעפילט זײן הײז.
געהאט אן אפענע טיר פאר צדקה און געשטיצט צױניסטישע
אדן אלגעמײנע אינסטיטוציעם ביד רחבה. זײן הויז איז גוט
אײנגעקריצט אין זכרון פון אלע כמיעלניקער.אלס ראטמאן אין שטאטראט און אלם פרעזעס פון דער קהילה.
װי א לאנגיאריקער געזעלשאפטלעכער טוער האט ער א סך
געלײסטעט פארן װויל פון ײדישן כמיעלניק, ער האט
געזארגט פאר דעם רעמאנטירן די שול דאם גרויסע בית־המדרש
און אנדערע עפנטלעכע אנשטאלטן, און פערזענלעך אכטונג־
געגעבן אויף אלע שטאטישע אינםטיטוציעם. ער האט פארטײ־
דיקט אין שטאטראט ײדישע רעליגיעזע פאדערונגען.
כמיעלניקער ארעמקײט האט געהאט אן אפענע טיר בײ משה
מעלמאז אין הויז, אויף דער בוםקער גאס. מען פלעגט בײ
אים עצות האלטן אין פארשידענע פראגן.בײ זײן אינטענםיװער געזעלשאפטלעכקײט האט ער אויך
געפינען צייט צו קולטיװירן א גארטן מיט בלומען ארוס זײן
הויז און פענצטער. ער האט ליב געהאט מענטשן מיט זײערע
צרות און פרײד. ער פלעגט זאגן : ״איך וױים נישט װי אזוי
מ׳קאן עמיצן זײן א שונא׳/ ״ער שאדנט מיר, װײל ער איז
נישט צו קלוג״. הגם ער איז געװען א חםיד און א פרומעד׳
האט ער פארשטאנען און זײער ליב געהאט זײנע פארגעשרי־
טענע קיגדער. ער פלעגט מיט אונדז דיסקוטירן און בעטן
בזה הלשוןו ״איך בעט דיך׳ טו מיר צוליב״. און װען מען
האט אים נישט צוליב־געטאן, פלעגט ער אפזיפצן און זיך
נעמען מעײן זײן אין א םפר• ער האט געליטן, געשװיגן׳
אונטערגעברומט א ניגון און זײן פארדרום פארדעקט מיט א
װיץ. אט אזא, געדענק איך מײן גוטן טאטן, אומגעקומען מיט
דער גאנצער כמיעלניקער עדה ײדן. ...... מיר האבן הײנט װידער דערהאלטן א הארץ־רײםנדיקן אפיל פון דער
ײדישער באפעלקערונג אין כמיעלניק װעלכער איז אונדז איבערגעשיקט
געװארן פון אונדזער אפים פון אײראפע מיט א הארציקער ביטע סון
זײער זײט, אז מיר זאלן זיך באמיען צו פארשטענדיקן מיט אײך און
געפינען מיט אײך צוזאמען װעגן און מיטלען צו ראטעװען אײער אײגן
פלײש און בלוט אין דעם איצטיקן קריטישן מאמענט סון זײער לעבן. ...... הרכב כ לי ־ ה ז מ ר בחמילגיק : סאגה — כנור ראשץ׳
אברה׳מלה קוצינםקי — כנור שני, נטע בורצק — מתופף,
קיגל מײגל — ניגן בבאס. ועל ידם שני בדחנים : ױסף פרידמן
וױםף ברזיםקד״ נגינתם היתה ערבה לאוזן, בולם בעלי כשרון,
הױ מנגנים בבתי גגידים ובבתי חסידים, וגם בחצרות
״פריצים״ מגגני חמילניק הױ ״שם דבר״ ויצא להם שם טוב
בצבור, בעיר ובםביבד״ ה״רפרטואר״ שלהם היה רב ומגװן :
החל מנגוני־לכת שונים לחופד״ נגוני הקדמות׳ נגונים להושבת
הכלה לפני החופה עד לגגוני־רקוד יפים מםוגים שונים.אזױ האט זיך די מחלוקת געצויגן ביז דעם װעלט־קריג.
אין 5־טן סעפטעמבער, 1939, װען די נאצים זענען ארײן קײן
במיעלגיק, האבן זיך טוביה און דער ראקאװער רב אוים־
באהאלטן אין אנדערע שטעט. נאך א געװיםער צײט האבן זײ
זיך צוריקגעקערט קײן כמיעלניק און זיך איבערגעבעטו.
ביידע האבן שפעטער געטיילט דעם גורל פון דער כמיעלניקער
קהילה.... סטײטש ? צי זעט נישט אײן די ״אגודת הרבנים״, אז אזעלכע מעשיבי
זײנען בשום־אופן נישט אימשטאנד צו הויבן דעם כבוד התורה ?
סטײטש ? װי אזוי האט עס די ״אגודת הרבנים״ סתם געקאבט ארויס*
געבן א פםק נישט הערנדיק פריער די טענות פון דער כמיעלגיקער
קהילה ? ...... האט אבער דער כמיעלניקער פרנם דוד זאלצמאן קװעסטיאנירט דאט
רבגות פון הרב םילמאן און צוליב דעם האט זיך די םמיעלניקער
קהילה געװענדעט צו די ארומיקע די זאלן שיקן אפערטן אויף דעם
רבגישן פאםטן אין כמיעלניק♦ ...... דער יםוד פון רעליגיעז־טראדיציאנעלן חינוך איז נאטירלעך
געװען דער חדר. כמיעלניק האט אלע יארן פארמאגט א שפע
פון פארשײדענע מינים חדרים — אנהײבנדיק פון די חדרים,
אין װעלכע מ׳האט די קלײנע קינדערלעד — פון דרײ יאר
אלט — געלערנט דעם אלף־בית און דערנאך חומש מיט רש״י
ביז די חדרים פאר עלטערע ײנגלעך, װו מ׳האט געלערנט
גמרא מיט תוםפת, פוםקים און ױרה־דעה. ...״לינת הצדק״ אין כמיעלניק האט הינטער זיך א רײכע פיל־
יאריקע געשיכטע מיט גרויסע אויפטוען פאר קראנקע און
אומפארמעגלעכע מענטשן. דאס איז געװעזן א גרויסע אינס־
טיטוציע׳ װאם איז געשטאנען אין צענטער פון געזעלשאפט־
לעכן לעבן אין כמיעלניק. פיל כמיעלניקער ײדן זענען
געשטעלט געװארן אויף די פים דורך דער דירעקטער הילף
פון ״לינת הצדק״, װאם האט אויך פארמאגט אן אײגענעמ
בית־תפילה. אין די לעצטע יארן׳ פארן אומקום׳ איז ״לינת
הצדק״ געװעזן אײנע פון די װיכטיקסטע הילפם־אינםטיטו־
ציעם אין גאנץ כמיעלניק׳ מיט װעלכע עס האט אנגעפירט א
פרויען־גרופע׳ אין קאמיטעט פון לינת־הצדק־נשים אין די
יארן 39—1937 זענען געװען: רחל קויפמאן׳ (פרוי פון
לײביש) חנה איטע לעװענשטײן (פרוי פון משה), רויזע לאה
װײנבערג (פרוי פון מאנעס), אםתר בוגײםקי־זאנשיץ (פרוי
פון בנימין), און רויזע פאםטערנאק (פרוי פון לײביש־עטלס).
צו דער ארבעט פאר העלפן פארשידענע סאציאלע פאלן זענען
מאביליזירט געװארן הונדערטער פרויען׳ װעלכע האבן מיט
גרוים ענטוזיאזם געזאמלט געלט׳ קלײדער און עםנװארג פאר
ארעמע און קראנקע. די גרעםטע הילפס־ארבעט פון ״לינת
הצדק״ איז אויסגעפירט געװארן מיטן אנהײב פון דער
דײטשער אקופאציע׳ װען קיץ כמיעלניק זענען אנגעקומען
טויזנטער דעפארטירטע ײדן פון פלאצק און אומגעגנט. לינת
הצדק האט זײ באזארגט מ ...... ען מיטן ארגאניזירן די ארבעטער פראפעסיאנעל
האט זיד די ,פ.צ.״ באמיט ארײנציען זײ אינם לײענער־קרײז
פון דער ײדישער שטאטישער ביבליאטעק. דא האט זי אבער
אנגעטראפן אויף א נישקשהדיקן אנאלפאבעטיזם׳ א סך פון
די ארגאניזירטע האבן אפילו נישט געקענט שרײבן ײדישי
האט זי געגרינדעט די געזעלשאפט ״אװגט־קורםן״ װו מ׳האט
געלערנט שרײבן ײדיש׳ פויליש׳ חשבון׳ נאטור־װיסגשאםט
און געאגראפיע. אין די קורםן האבן זיך באטײליקט אקטיװ
דויזע קלײנערט־װילטשיק׳ לײבל װילטשיק (בײדע אומגע־
בראכט דורד די נאצים אין קיעלץ) פנחס סקוזשעװסקי,
ישראלקע גוטמאן׳ אברהם לאנגװאלד׳ בערל איגעלניק
(אומגעבראכט אין פראנקרײך דורך די נאצים) קלמן מיעדזשי־
גורסקי (אומגעבראכט מיט זײן פרוי חוה וױינבערג און זײער
טעכטערל אין װארשע) און יאנקל פרידמאן (אומגעבראכט
מיט דער כמיעלניקער קהילה), א.אנד. ...ד״ר ױםף קערמיש / כמיעלניקער ײדו אונטערן נ8צײרעזשים ...... י׳יכח נאכן שאפן פון ױדנראט האבן די דײטשן אויך ארויפ
געלײגט אויף דער ײדישער באפעלקערונג די ערשטע קאנטרי־
בוציע׳ אין סכום פון 150 טויזנט זלאטעס׳ װעלכע די כמיעל־
ניקער ײדן האבן געמוזט באצאלן אין משך פון 48 שעה5).
נאכן אײנצאלן די ערשטע קאנטריבוציע זענען געקומען
פאדערונגען אויף װײטערדיקע קאנטריבוציעס (די צוױימע
קאנטריבוציע האט באטראפן 100.000 זלאטעס). די הויפט־
לאםט פון די קאנטריבוציעם זענען בעיקר געפאלן איױי די
פלײצעס פון די ארעמע שיכטן6). ...אין אלע ײדישע דירות זענען צוגעקומען נײע אײנװוינערם־
פליטים׳ װאס זענען געקומען קײן כמיעלגיק בערום ובחוםר
כל. גישט געקוקט דערויף זענען זײ אויפגענומען געװאדן
דורך די כמיעלניקער ײדן זײער װארעם און אויף א ברודער־
לעכן אופן. מען האט געמוזט פאר זײ שאפן נישט נאר א פלאץ
װו דעם קאפ אװעקצולײגן׳ נײערט אויך דערנערונג איז
קליידונג װי אויך מעדיצינישע הילף. אפיציעל איז געװען
פארבאטן דורכן בוםקער קריױהויפטמאן דורכצופירן א
זאמלונג־אקציע פון מלבושים פאר די פלאצקער גולים. נישט
געקוקט דערויף האט זיך דער געשאפענער — לויט דער
איניציאטױו פון ציוניסטישן עםקן שמואל זאלצמאן
יידישער הילפם־קאמיטעט׳ מיט משה לעווענשטײן בראש׳
באמיט מיט אלע כוחות צו לינדערן דעם שװערן מצב פוז
נויט־באדערפטיקע. עס איז געשאפן געװארן בײ דעם קאמי־
טעט א םאציאלע קוך׳ װו עס איז פארטײלט געװארן עםן פאר
די הונגעריקע. די הויפט־הכנםה םון דער קיך איז געווען דעד
חודש־אפצאל פון יעדן םארמעגלעכן ײד. עס זענען טעגלעד
ארויםגעגעבן געװארן 1200 מיטאגן. אבער די דאזיקע הילף
איז געווען ווי א טראפן אין ים פון די גרויםע באדערםענישן.
צום באדויערן האבן גאך דערצו געהאט אן ארט אין הילפם־
קאמיטעט מיםברויכן מיט פראדוקטן׳ עס זעגען פארגעקומען... אין געטא איז די ענגשאפט געװארן אזוי גרוים, אי אין אײן
שטיבל מיט א קוך האבן געװוינט 3 פאמיליעס. טראץ דעם
האט די כמיעלניקער ײדישע באפעלקערונג וױיטער מקרב־
געװען די גולים און פליטים. גאנץ אפט האט געטראפן׳ א•
דער בעל־הבית פון שטוב אדער זײנס א קינד האט אפגעטרעטן
זײן בעט דעם פארטריבענעם און אלײן געלײגט זיך אויף דער
ערד12).... מיט די לעצטע כוהיות האבן געפרוווט די כמיעלניקער ײדן
ממשיך זיץ זײער ראנגלען זיך פארן לעבן, אפטמאל אן שום
אויםזיכטן אויף װאם פארא גישט ענדערונג. מען האט זיד
באמיט מיט פארשידענע מיטלען, בעיקר מיט דער ד׳ילד פיז
שוחד צו װירקן אויף דעם פאקטישן אלײנהערשער פון געטא
- די דײטשע זשאנדארמעריע, בכדי צו דערגרײכן בײ איר ...אין די זומער־חדשים 1942 זענען דערגאנגען קײן כמיעלניק
ידיעות װעגן דער פארניכטונג־כװאליע, ״אקציעם״ און
״גירושים״ אין װארשע, ראדאם׳ קיעלץ׳ א.א.װ. די דאזיקע
אינפארמאציעס האבן געשטאמט פון קריסטן, װאם האבן
געשמוגלט קיין װארשע לעבנס־מיטלען• א לאנגע צייט האט
די ארטיקע באפעלקערונג געלעבט אין אילוזיע, אז דאם װאס
ס׳איז געשען אין יענע שטעט װעט זיך נישט אויך איבערחזרן
אין כמיעלניק. דער בוסקער לאנדראט האט מיט דער גאגצער
פערפידיע פארזיכערט אז די כמיעלניקער ײדן זענען ארבעטער
און פראידוקטױוע ײדן׳ און עס דראט זײ נישט קײן שום
שלעכטס. פונדעסטװעגן איז געמאכט געװארן אויפן ארט אן
ערנסטער פרװו צו ארגאניזירן שאפן׳ גלויבנדיק, אז מיט דער
הילף פון פאך־װארשטאטן װעט געלונגען לכל הפחות א טײל
ײדן צו פארבלײבן אויפן ארט• דער דאזיקער פרװו האט זיך
אבער נישט איינגעגעבן, הגם דער יודנראט האט געשאפן א
ספעציעלן קאמיטעט צו ארגאניזירן די שאפן.... ײדיש כמיעלניק סארן טױמךמארש — —... לויט דער פארארדענונג פון 28 אקטאבער 1942 פון שטאטס־
סעקרעטאר פאר זיבערדוײטם־עניינים אבערגרופענפירער
קריגער, דעם העכערן ס.ם. און פאליצײ־פירער, האבן ײדן
אין דער גענעראל־גובערניע געקאנט זיך נאך געפינען אין א
באגרענעצטע צאל געטאם. אין ראדאמער דיםטריקט זענען
באשטימט געװארן 4 אזעלכע געטאם, צװישן זײ סאנדאמיעזש.
א טײל כמיעלניקער ײדן זענען טאקע נאכן פארעפנטלעכן פון
דער פארארדענונג אװעק קײן סאנדאמיעזש״ .אנדערע װידער8♦ דארטן♦ דער באפעל װעגן קאגטריבוציע איז איבערגעגעבן געװארן
מיגדלעך א דעלעגאציע פון כמיעלניקער ײדן (צװ.אנד♦ דוד זאלצמאן
און משה מעלמאן) װאס איז ארויסגערופן געװארן דורך דעם
קרײזהויפטמאן אין בוסק♦ קלײנערט דארטן• ...... 31. קװאשגיעװסקי, משה (מיעטעק) ״מיט ױ פארטיזאנער אין דער געגנט
פדן כמיעלניק״, שטײנפעלד, דער 16־יעריקער העלד אא״װ, דארטן. ...אפיציעלע רעלאציע פון מאגיסטראט װעגן אומקומ פון ײדישן כמיעלניקן ...... בית המדרש און אז אלע כמיעלניקער ײדן זענען באהאלטן.
קײנער באװײזט זיך נישט אין גאס. דורך פארשידעגע אונטער־
געםלעך האבן מיר זיך דורכגעשלאגן — יעדער אײנער צו זײן
משפחה. איך בין מיט די לעצטע כוחות אגגעקומען צו מײן
פרוי און קינד, װעלכע האבן זיך געפונען בײ מײן שװאגער
ױאל סקורעצקי, װעלכער האט געװוינט בײ משה יהושע
שטשערבע אויף דער קעלצער גאם•
ארײנקומענדיק אין שטוב און נישט באוױיזנדיק ז־״ך
אנפרײען מיט דער משפחה אפילו קײן אײן שעד״ האט מען
שוין דערהערט װילדע געשרײען אין דײטשז ״העראום״
(ארויס!). מיר אלע האבן פארלאזט די װוינונגען און ארײן
אין משה יהושעם סאד. די דײטשן האבן ארײנגעשאםן און
אויפן ארט איז דערמארדעט געװארן ישעיהו שמואלם זון,
ידידיה מארגוליעס. זײ האבן באלד שטרענג פארארדנט, אז ...דער דרוק פון די דײטשן מיט קאנטריבוציעם און אנטי־
ײדישע געזעצן איז געװאקםן פון טאג צו טאג. די נויט איז
געװאקסן און פרנםה־מקורות זענען אײנגעשרומפן פון טאג
צו טאג. דאם שיקן אויף ארבעט איז געװארן פון טאג צו טאג
פיל שװערער. עם איז געקומען דערצו, אז דער ױדנראט, לויט
דער פארארדנונג פון די דײטשן, האט געפאדערט 300 מענטשן
צו שװערער ארבעט קײן סלופיע. צו יענער צײט איז געװעזן
אין כמיעלניק א לאדזשער ארטיסט, מאניעק פאםטערנאק,
װעלכער איז, בעת דער אקופאציע, אגגעקומען צו זײן משפחה
קײן כמיעלניק. ער האט געקאנט זײער גוט רעדן דײטש און
איז געװעזן כמעט שטענדיק דער פארמיטלער צװישן ױדנראט
און דער דײטשער אקופאציע־מאבט. ער איז געפארן קײן
סלופיע צו די כמיעלניקער ״קאטארזשניקעס״ אויף א באזוך.
אין א צײט ארום האבן א טײל כמיעלניקער אנגעהויבן צוריק־
קומען פארמאטערטע פון שװערער ארבעט, האלב־פארפײ־
ניקטע און הונגעריקע. אײנציקװײז זענען פיל פון דארט
אנטלאפן און צום סוף איז קײנער מער דארט נישט געבליבן. ...לויט א גבית־עדות װאס איך האב געהערט פון א קיעלצער
ײד׳ נחמן דיאמאנד, װעמען ס׳איז געלונגען צו אנטלויפן פון
דארט, — האט ער געזען ברענגען אהין כמיעלניקער ײדן׳
80 פראצענט פון זײ זענען שוין געבראכט געװארן אהין
טױטערהײט. ...... גאכן אראפשפרונגען פון לויפנדיקן צוג׳ װעלכער האט
געפירט ײדן נאך טרעבלינקע און נאכן אויסמײדן און אנטלויפן
פון דער כמיעלניקער אויסזידלונג׳ איז ער דװקא געפאלן
פון די פוילישע מערדערם׳ צען חדשים גאכן אומקום פון
כמיעלניקער ײדנטום. ...... איך, מײן מוטער, און מײן שװעגערין מיטן קינד זענען
געבליבן אין שטוב ביז דער אויסזידלונג. איך געדענק װי
הײנט ־ א שכנטע אונדזערע קומט פון שטאט און דערצײלט,
אז עם זענען שוין דא באקאנטמאכונגען אין גאס, אז אויף
מארגן פארטאג מוז די גאנצע ײדישע באפעלקערונג זיך
שטעלן אויף דער כמיעלניקער ״טארגאװיצע״. פון דארט
זאל מען זי אפשיקן מיט דער אויסזידלונג, און װער עם װעט
זיך אנטקעגנשטעלן, װעט דערשאםן װערן אויפן ארט. די... מיטן אויסברוך פון היטלעריםטישן װעלט־קריג האב איך
זיך געפונען מיט מײן פרוי און זון אין סטאשעװ. כ׳בין אבער
מיט אלע נשמה־פעדעם געװען פארבונדן מיט מײן געבורטס־
שטעטל כמיעלניק. כ׳האב עטלעכע מאל בעתן קריג באזוכט
מײנע עלטערן און געשװיסטער. ...עטלעכע מאל האבן מיר געהאט .אלארמען ביז עם איז
געװארן פינצטער, די װאגאנען זענען געװארן אנגעפילט מיט
מענטשן, פויערים און צױוילע. מיר, עטלעכע כמיעלניקער,
האבן זיך צוזאמענגענומען אין אײן װאגאן מיר זאלן זיך
נישט םארלירן אין דעם טומל. דעם זעלבן טאג האט מען אין ...די מאביליזירטע כמיעלניקער האבן באדארפט פארן מיט
דער קאלעיקע קײן יענדזשעיאװ און פון יענדזשעיאװ קײן
קעלץ. װען מיר זענען אװעק צו דער קאלעיקע׳ באגלײט פין
די עלטערן, זענען דײטשע עראפלאנען דורכגעפלויגן איבער
אונדזערע קעפ. מיר האבן זיך געזעגנט און ארײן אין דער
קאלעיקע. אינעװײניק זײנען שוין געזעסן א םך מאביליזירטע
פאליאקן, זײ האבן זיך באלד געלאזט הערן: ״א ײדעלעד׳
מען דארף אײך פטור װערן נאר צוערשט װעלן מיר פטור
װערן פון היטלערן, דערנאך פון אײך \״ שמחה יעדװאבנע
אט זײ דערויף געענטפערט : ״מיר זענען איצט אלע גלײך׳
מיר גייען איצט פארטײדיקן דאס לאנד אזוי גוט װי איר !״
ערשט דעמאלט זענען זײ שטיל געװארן. ...... ב איך אזוי געטאן. און נאך צוױי װאכן איז
מיר בעםער געװארן. אזוי האט עם געדויערט א פאר װאכן.
ביז איך האב געקענט צוריק אנהויבן ארבעטן. איך בין
געװען זײער אפגעשװאכט, איך האב אבער געמוזט װײטער
ארבעטן שװער. פארן ביםל עסן. יערן זונטיק׳ װען איך האב
זיך געדארפט א ביסל אפרוען׳ האב איך געמוזט לויפן אויפן
באזאר צו קױפן עםן פאר דער װאך. מײן פרוי האט מיר געבוירן
נאך א זון׳ און זי איז אויך געװען זײער אפגעשװאכט. זי
האט געהאט זײער א שװער טראגן. געװוינט האבן מיר אין
אײן צימער, ס׳איז געװען גענוג ענג פאר אונדז, שוין פיר
נפשות, אבער מיר האבן אלץ גענומען פאר ליב, וױיל מיר
האבן געהאפט איבערצולעבן די קריג און צוריק טרעפן
אונדזערע קרובים׳ װעלכע מיר האבן איבערגעלאזט. מיר
פלעגן באקומען אפט ברױו פון אונדזערע פרײנט און כמיעל־
ניקער װאם זענען געװען מערסטנס אין מיטל־אזיע. מיר
האבן אויך געהאט עטלעכע פרײנט װאס זענען געװען אויפן
פראנט. מיר האבן אויך געלײענט די צײטונג און געהאפט
די מלחמה זאל זיך שנעל ענדיקן. די צײטונגען פלעגן ברענ־
גען גוטע נײעם׳ אז די רויטע ארמײ רוקט זיך פארוים. די
פרײד איז געװארן גרעסער׳ װען די רוםן :ענען שוין געװען
אין פוילן. אבער שלעכטע נײעס האבן אנגעהויבן צו דערגרײכן
צו אונדז׳ אז די יירן אין פוילן האט היטלער פארניכטעט,
אלע ײדן. — עם האט זיך נישט געװאלט גלויבן. דער טרויע־
דיקער אמת האט זיך אבער באשטעטיקט. מײנע פרײנט האבן
נעשריבן פון פוילן פון פראנט, או זײ טרעפן דארט נאר
אײנצלנע ײדן׳ װעלכע האבן דורכגעלעבט אין די װעלדער
צװישן די פארטיזאנער. װען די מלחמה איז שוין געװען
געענדיקט׳ האב איך אנגעהויבן שרײבן ברױו אהײם קײן... צל און דאם בילד פון זאב
זשאבאטינסקי. דא האב איך י״א אדר, אין יארצײט פון
טרומפעלדאר געזונגען : ״בעד עמגו ובעד ארצנו טרומפלדור
נפל״. דא האב איך רעציטירט דאם ליד פון א. צ. גרינבערג
״אמת אחת ולא שתײם״ און אין כ׳ תמוז רעציטירט זשאבא־
טינםקים ״הםפד״ נאכן טויט פון הערצלן. איך גײ װײטער װי
א װאנזיניקער. איך באװעג זיך װי א פאראליזירטער, איך זע
דאם הויז פון מלך אגניעװיטש, אין װעלכן עם האט זיך
געפונען די פאפולערע ״באנק לודאװי״ װײטער — דוד מאפעם
און דוד ױםף זילבערבערגס הײזער, און איך קום אן אין
מארק. אט זע איך די טראטוארן אויסברוקירט מיט ײדישע
מצבות, ארויסגעריםענע פון אלטן און נײעם בית הקברות.
טרערן שטיקן מיך אין האלדז, איך באטראכט אלץ. די הײזער
און קלײטן זענען באװוינט דורך גוײם פון די ארומיקע דער־
פער. כמיעלניק איז װײטער כמיעלניק, נאר אן ײדן. שנײדערס,
שוםטערם, םטאלארעם האבן געשאפן קאאפעראטױון לויט דער
פארארדנונג פון דער נײער פוילישער רעגירונג און אלץ קלאפט.
גוײם דערקעגען מיך, שמײכלען אונטער און זאגן : ״יעשטשע
:שיעש ?״ ״דו לעבםט נאך ?״ איך פרװו זײ אויסמײדן און אײל
זיך צום הויז, װו מײן טאטע־מאמע, ברידער און שװעסטער
האבן געװוינט און װו איך בין געבוירן געװארן. דאס ראגאװע
הויז נעבן דעם גרויסן בית המדרש און דער גמינע. איך גײ... דער עולם זעצט זיך מיט יראת־הכבוד אויף די ערטער.
איבער דער טריבונע פלאטערט אן אויפשריפט ״זכור את אשר
עשה לך העמלק הנאצי י״ עס װערן געצונדן ליכט אויף דער
טדיבונע. די עלעקטריע װערט אויסגעלאשן. די פארװאלטונג
און די נכבדים פון דער אמאליקער הײם גײען ארויף אויף דער
טריבונע. דער פארזיצער הײבט אן מיט א קורצן הספד און
דערנאך איז דער װיצע־פארזיצער מזכיר די אלע כמיעלניקער
װעלכע זענען אומגעקומען אין דעם חורבן׳ אין װארשעװער
געטא־אויפשטאנד׳ אין באפרײאונגם־קריג פון ישראל און די
װאס זענען נפטר־געװארן אין ישראל און אין אויסלאנד אין
משך פון דער לעצטער צײט.... ניקער איז אין יאר 1945 געגרינדעט געװארן דער ״ארגץ
עולי כמיעלניק בארץ־ישראל״. דאס איז געװען זײן ערשטער
נאמען• עס איז צוזאמענגערופן געװארן אין זאל פון ״הת־
אחדות עולי־פוליך אין תל־אביב א פארזאמלונג פון אלע
כמיעלניקער און ם׳איז אפיציעל פראקלאמירט געװארן די
אגטשטײאוגג פון דעם פארבאגד. דערבײ זענען אויך אנגע־
נומען געװארן א רײ באשלוםן׳ צװישן אנדערן מכוח מאבילי־
זירן הילף לטובת די לעמגעבליבענע כמיעלניקער וװ זײ
געפינען זיך נאר. דעם שטוים צום דאזיקן צוזאמענקונפט
האבן נאטירלעך געגעבן די ערשטע ברױו װעלכע האבן אנ־
געהויבן אנצוקומען פון ניצול־געװארענע כמיעלניקער. ...איצט, מיטן דערשײגען פון ״פגקם כמיעלניק״, װערט גע־
פירט א משא־ומתן מיטן ״קרן קימת לישראל״ װעגן פלאנצן
א װעלדל לזכר די קדושים פון כמיעלניק אין ראם פון ״יער
קדושי פולין״ אין די בערג פון יהודה. דערמיט װעט געשלאכן
װערן דער ערשטער רינג פון פאראײביקן דעם אנדענק פין
דער חרוב־געװארענער קהילת כמיעלניק• ...... 2) די ארגאניזאציע ־שטעלט פאר זיך דעם ציל צו העלפן
אלע ײדן װאס לעבן אין כמיעלניק װי אויך אלע כמיעלניקער
ײדן, װעלכע זענען צוליב דער מלחמה פארװארפן געװארן
אין אנדערע שטעט אדער לענדער ; זײ העלפן מיט אלע מעג־
לעכקײטן זיך אײנצוארדענען אויפן ארט׳ אדער מיט רײזע־
הוצאות פאר עמיגראציע. ...אין 1946, נאכן אנקומען פון א גרעסערער גרופע און נאכן
אויספארשן װען דער גירוש און פארטיליקונג פון דער כמיעל״
ניקער קהילה איז פארגעקומען, האט דער כמיעלניקער
״רעליף״ אין נױ־יארק באשלאסן אפהיטן דעם יארצײט נאך
אלע כמיעלניקער קדושים, אין טאג פון כ״ה תשרי. אזוי װערן
טאקע יעדעס יאר אפגעהאלטן יזכור־פארזאמלונגען מיט דער
באטײליקונג פון א גרויםן טײל כמיעלניקער, װעלכע האבן
א װילן און א באגער צו דערמאנען זײער אלטער הײם• ...... אלם כמיעלגיקער רב האב איך דעם כבוד מיך צו אײך צו װעגדן
װעגן פאלגגדיקעס : װי ם׳איז באװוסט/ האבן זיך די לאגע פון די
סוילישע רבנים/ נאכן אײנפירן דאם שחיטה־געזעץ, זײער קריטיש
אפגערופן. אין אלע שטעט פון פוילן, באקומען די רבגים סטאבילע
אונטערשטיצונגען םון זײערע לאנדםלײט אין אמעריקע. װען גישט״
װאלט גישט מעגלעך געװען צו קענען אױסהאלטן זײערע פאמיליעס,
לײדער איז כמיעלניק אן אויםגאם׳ כאטש די לאגע איז זײער קאטא־
סטראסאליש צוליב די גזירות פון די היגע ז.ג. פאשארגיעם/ װעלכע
ס׳האבן זיך דערנערט דערפון פיל הוגדערטער פאמיליעס♦ די אײנקונפטן/
װאס די קהילה האט געהאט פון די גענדז, האט זיך גענצלעך אויסגע־
לאזט. צוליב דעם צאלט די קהילה נישט אוים קײן פענםיעס/ אזוי/
אז כ״לײד פשומ נויט מיט דער פאמיליע. דערום װענדע איך זיך צו
אײך מיט א הײסע בקשה אלס מײגע שטאטלײט, װעלכע איר זענט
פארבוגדן מיט אוגדז מאראליש ־־־ מיך אונטערצושטיצן און מיר
צושיקן א שטענדיקע אונמערשטיצע פון סו דאלאר א חודש. ס׳גײען
יעצט ױם־טובים און מיר זעען גישט קײן אויםװעג פון דער לאגע.זיך פארטראכט װעמען פון דעם געלט עפעס צו געבן. װען איר װעט
דורכלײענען די רשימה װעלכע מיר שיקן אײך איצט װעט איר זען
דאם מיר האבן מיט גרוים ישוב הדעת די אקציע דורכגעפירט. פאקטיש
אדאנק אײך האבן פיל געהאט מצות אויף סםח. אין נאמען םון די 118
ארעמע װעלכע האבן פון דער שטיצע גענאםן דאנקען מיר אײך םיל
מאל. מיר װי אייך זײ אלע װינטשן אײך, אז איר זאלט אלע דערלעבן
איבער א יאר און יעדער אײנער פון אײך זאל האבן פיל גוטם׳ בכדי
איר זאלט װײטער קענען אײערע ארעמע ברידער םון זײער נויט
ארויסהעלפן. אויך מיר, דער קאמיטעט, דאנקען אײך. מיר װינטשן
אײך צו קענען נאבטוען אײער בײשפיל און אויך אימשטאנד צו זײן צו
קענען געבן שטיצע םאר ארימע. װען ם׳איז באװוסט געװארן, אז דער
קאמיטעט װעט װײטער טײלן שטיצע םאר ארימע אויף פסח אזוי װי
אלע יאר, האבן זיך צו אונדז געװאנדן ביז טויזנט מענטשן גאך שטיצע״
װײל די צײט איז הײנט אויםערגעװײנלעך שלעכט. װאם האבן מיר
געקאנט טאן, אז אין אונדזער רשות האנן מיר געהאט בלויז ססצ
דאלארז דעריבער האבן מיר אויף אונדזערע זיצוגגען גוט געטראכט
װי אזוי דאם געלט צו פארטײלן. סיל מענטשן האבן אונדז געזאגט״
דאם אויב מיר װעלן זײ נישט געבן סון דעם געלט װעלן זײ צו אײך
שרײבן אויף אונדז אנקלאגעם. מיר האנן זיך מיט אזעלכע םטראשונקעם... מיר, דער כמיעלניקער קאמיסעט װעלכן איר האט באסולמעכטיקט צו
פארטײלן די שטיצע אויף פםח פארשטײען גוט דאם איר קוקט אויס ...... אומגעקומענע לאנדסלײט. די אנטהילונג פון די דאזיקע
מאנומענטן איז פארגעקומען דעם 23־טן נאװעמבער 1947,
בײ דער אנװעזנהײט פוז איבער הונדערט פערזאן און דעם
קאמיטעט פון די קעלצער. פרײנט פאזנאנסקי. געװעזענער
פרעזידענט פון דער קעלצער סאסיעטע און פון ״פארבאנד
פון די ײדישע געזעלשאפטן אין פראנקרײך״, האט געהאלטן
א רירנדיקע רעדע װעגן טראגישן אומקום פון כמיעלניקער
11־טויזנט־צאליקן ײדישן ישוב. עם האט אויך גערעדט פרײנט
דײטעלבוים׳ װעלכער האט איבערגעגעבן די שוידערלעכע
פרטים פונעם אומקום פון זײנע לאנדסלײט.... פנקס חמילגיק ...... אונדזער ליבן םאטער ישעיהו און אונדזער ליבער
מוטער גיטל פאםער׳ פרומע ערלעכע מענטשן׳ װאם
זענען אומגעקומען מיט אלע כמיעלניקער ײדן און
טרעבלינקי. ...צוזאמען מיט אלע כמיעלניקער לאנדםלײט באקלאג
איד דעם אומקום פון אונזערע נאעגטע און ליבסטע
װעלכע זענען אזוי שוידערלעך אומגעקומען אין
פארטיליקט געװארן דורך די נאצישע רוצחים. כאטש
דאם ײדישע כמיעלניק איז מער נישטא׳ װעט עס אבער
תמיד פארבלײבן אין אונזער זכרון — פאר מיר אין
אנדערע פון מײן דור׳ װעלכע האבן אין כמיעלגיק
פארברענגט די בעסטע און טײערסטע יארן פון אונזער
ױגנט אין א םביבה פון קולטור און זעלבסטבילדונג.
כױועל קײנמאל נישט פארגעסן מײן שטעטל כמיעלניק • ...מיר פארענדיקן דעם ״פנקס כמיעלניק״ מיטן געפיל, אז עם איז אפגעטאן געװארן א
גרויםע, װיכטיקע ארבעט מיט װעלכער מיר מעגן שטאלץ זײן. מיר האבן אויפגעשטעלט א
מצבה פאר אונדזער חרוב־געװארענער קהילה, א דענקמאל װאם װעט נישט בלויז דערמאנען
די פארגאנגענהײט נאר אויך צעמענטירן און פאראײניקן די לעבנגעבליבענע אומעטום אין איץ
גרױםער משפחה מיט געמײנזאמע איבערלעבונגען, אפשטאם און גורל. ...... ערטער אין פוילן לערנען אין דער דאזיקער ישיבה תלמוד.
אין די יארן 1840—1870 האט פיל געלײסטעט פאר דער
ארגאניזירונג פון ײדישע אינםטיטוציעס אין שטאט דער
ראש־הקהל ישראל גוטמאן. אין דער צװײטער העלפט פון
19־טן י״ה — איז געװען באקאנט אלס מנהיג און עסקן פדן
זײן קהילה ר׳ יוחנן סילמאן — דער זײדע פון הרב סילמאן,
באקאנט אלס ר׳ ױחנן כמיעלניקער. ער האט רעפרעזענטירט
די שטאט אויף דער עםקנים־פארזאמלונג אין װארשע נאך די
פאגראמען אין רוםלאנד (1880) און איז אויםגעװײלט געװארן
אלם שליח פון רוםישן ײדגטום צו פארן קײן פאריז און
לאנדאן, צו מאכן אן אינטערװענץ מצד ײדישע פירערס בײ
די רוםישע מאכט־ארגאנען.עם כל מלחמתו נגד החסידות וראשית התיחםו אלױ
החםידים יחם של כבוד והערצה, ואף ר׳ אברהם לנדא הצדיק
מצ׳יכאנוב הפולנית הגן על כבודו וגזר נידוי על מעליבױ.
ובכל זאת יד הגורל לא ידעו מעצור, ודוקא אחרי שהחםידות
הצליחה לכבוש את הקהילות בפולין היא חדרה גם לקן
משםחתו, ורבים מנינױ ונכדױ חםו בצל צדיקי החסידות, ולא
עוד אלא שאחד מנכדױ, ר׳ דוד לנדא, הוא שעמד בראש
החסידים שבאו לשבת בחמילגיק והוכתר בה לראב״ד.
מובן שבדורות הראשונים שבחסידות טרם קמו בחמילניק
אגודות חסידים, אף שבםוף המאה הי״ח כבר הצליחה... באשיצט פון דער שלעכטער לופט אדער רעגן. מערקוױרדיק
איז דער פאקט׳ אז װען מען איז געפארן ברענגען דאם ברויט,
האט מען אנגעזאגט די בעלי־עגלות׳ אז זײ זאלן װעגן דעם
מיט קײנעם נישט רעדן. װי דערשטוינט זענען אבער די
קהלישע שליחים געװען׳ װען צוקומענדיק נאענט צום שלאט־
קאװער װאלד, איז שוין דארט געשטאנען א גרויסער עולם
מענטשן און אויך קינדער װאם האבן געשריגן־ ...נאך א םך יארן האבן במיעלניקער ײדן געהאט צו דערצײלן
װעגן דער םגולה מיט דער שװארצער חופה. און איך מיז
צוגעבן, אז א נס איז געשען. מען האט געקענט זען די גרויסע
ענדערונג אין שטאט — די שטערבלעכקײט האט כמעט אויפ־
געהערט. פרישע קראנקע זענען אויך נישט צוגעקומען, אץ
די קראנקע׳ װאס זענען נאך געלעגן אין די שפיטאלן, זענען
צוביםלעך צו זיך געקומען. דערװײל איז שוין געװען נאענט
צו ראש חודש אלול, און קהל האט געהײםן אויסרײניקן די
בתי־מדרשים און אויםװײםן די װענט. די ארבעט איז אנגע־
גאנגען פיבערהאפטיק׳ װײל מ׳האט געװאלט דעם בית־המדרש
צוגרײטן פאר שבת, װען מ׳װעט בענטשן ראש חודש אלול. ...כדאי אפשר צו דערמאנען נאך א װיכטיקע ״אינםטיטוציע״
װאם האט זיך געפונען הינטער דער שול, קעגנאיבער דעם אלמן
בית־עולם. דאם איז ״דער הקדש״ װאס האט שטענדיק געװי־
מלט מיט קבצנים מכל המינים פון בײדע געשלעכטעה װאם
האבן אװדאי געקאנט דינען אלם פראטאטיפן פאר דעם זײדן
מענדעלעם קלאםיש װערק ״פישקע דער קרומער״! װעז איד
האב שפעטער געלײענט דאס װערק, האב איך ממש געזען׳
אז דער װײט גרעםטער טײל בילדער, זענען געװען לעבעדיקע
װירקלעכקײט פון אט דעם כמיעלניקער ״הקדש״...... דאס גאנצע שטעטל איז אײן גרויסע משפחה־אידיליע. ...... שוין אלם ױנגער בחור האט ער געגרינדעט דעם ערשטן
צױניסטישן פאראײן. א זעלטענער רעדנער געװען און באלד
בײם אנהויב, האט ער געפאנגען דאם הארץ פון דעם צוהערער.
מיט זײן װירקונג און מיטהילף זענען געגרינדעט געװארן
די צױניסטישע ארגאניזאציעס ״השומר״ און ״בנות צױן״,
ארגאניזאציעם װאס האבן זיך אלץ מער געשטארקט און
געװארן דער צענטער פון גײסטיק־קולטורעלן לעבן אין
אונדזער שטאט. די דורך אים געשאפענע ביבליאטעק איז
געװען דאס ערשטע פענצטער פון דעם שטעטל צו דער
גרויסער װעלט. ...... כמיעלניקער ײדן׳ א קײמא־לן פון פיל טויזנטער נפשות,
האבן זיך צעטײלט אין פארשידענע ריכטונגען. פופציק
פראצענט פון זײ זענען געװען חסידים. אונדזער שטעטל
כמיעלניק האט פארמאגט דרײצן חםידים־שטיבלעך פון פאל־
גנדיקע חםידים 1 גערער, מאדזשיצער, קוזמיר, ראדאמםקער׳
אלעקסאנדער, כענטשינער, קיעלצער, פינטשעװער, אזשע־
ראװער, קאצקער, שידלעװער, נײשטאטער און אויך ר׳
נחמטשעם שטיבל. יעדעם שטיבל מיט זײנע מתפללים. ...... פרעגט דערויף די כמיעלניקער קיןילה אין איר מגילה אונטערן
נאמען ״אן עפנטלעכער אמתדיקער ענטפער״ : ...די לאגע אין שטעטל איז געװארן א שװערע. די שטאט איז
פארארעמט געװארן, פיל בכבודיקע משפחות זענען ממש
געשטארבן פון הונגער. עס זענען אנגעקומען פליטים פון פיל
עװאקואירטע שטעט פון דער דײטשער גרענעץ. עס זענען
אנגעקומען פלאצקער און גלאװנער ײדן, אויך לאדזשער. די
לאגע איז געװארן אומדערטרעגלעך• פיל פרנםות פון בכבו־
דיקע מענטשן האבן זיך אויסגעלאזט. אלע דירות זענען
באזעצט געװארן מיט פליטים. קײנער הא.ט שוין מער נישט
געװוינט ברחבות. בײ אט דער אומדערטרעגלעכער לאגע איז
געשאפן געװארן דער ײדישער הילפס־קאמיטעט פאר נויט־
באדערפטיקע, װעלכער האט געהײםן אין פוילישן ז׳.ס,ס.
(״זשידאװסקא םאמאפאמאץ ספאלעטשנא״). בײ דעם קאמיטעט
איז געעפנט געװארן א םאציאלע קוך, װו עם איז יעדן טאג
פארטײלט געװארן אביםל עסן פאר הונגעריקע. ...הערשל ק&מינסקי / דרײ מאל האב איד זיר געזעגנט מיט מיױ כמיעלניק ...דאס ערשטע מאל װען איר האב געמוזט פארלאזן מײן
שטעטל איז געװען׳ װען איד בין אװעק צום פוילישן מיליטער.
דאס איז געװען אין מערץ 1938• איד בין אװעק מיט א
טרויער אין מײן הארץ׳ שװער געװען איבערצולאזן אזויפיל
פרײנט און די הײמישע אטמאםפער מיט װעלכער דאס שטעטל
איז געװען געבענטשט• איד האב פארשטאנען אז אין פוילישן
מיליטער װעל איך אלם ײד נישט פילן זיך גוט• איד האב
געוװםט׳ אז איך פארליר מײן פארטײ װו מיר האבן זיך
דערצויגן און אונזער דראמאטישן קרײז ? מײן ספארט־קלוב צו
װעלכן איך האב געהערט פון ערשטן טאג פון זײן גרינדונג ־
מײן ״פינג־פאנג״־טיש אין לאקאל פון םפארט־קלוב און אנדע־
רע םפארט־אקטױויטעטן. עם האט זיך נישט געװאלט שײדן
מיט די ביבליאטעקן און די ביכער װעלכע האבן געעפנט
אונזערע אויגן׳ געלערנט אונדז פארשטײן די װעלט׳ די בא־
גײסטערונג װאם מיר ױגנט האבן געהאט װען עס זענען
פארגעקומען װאלן צום שטאטראט׳ ײדישע ״געמינע״ אדער
צום צױניםטישן קאנגרעם׳ און די אלע רעפעראטן און פארלע־
זונגען פון די בעםטע רעדנערס פון װארשע און אויך פון
אונזערע אײגענע׳ די פארשידענע אויספלוגן׳ און םפעציעל
די ״מאױװקעם״ און די פײערונגען װי ז־טער מאי׳ באראכאװ׳
הערצל׳ א.א.װ.? די קאמפן צװישן די פארטײען׳ דעם קיבוץ
באראכאװ׳ די קעםטל־אװנטן׳ װו פארשטײער פון אלע פאר־
טײען זענען זיך צוזאמענגעקומען און געענטפערט ...יחיאל גאטאװיזנע / כמיעלניק פארו ערשטו וועלט־קריג
Heading identifies the contributor and subject, but authorship is inferred from placement.
לאנג׳ לאנג דערנאו האט מען גערעדט אין כמיעלניק װעגן
צװישן זיך גערעדט ? װאם װעט זײן פון דעם
תקיפותדיקער ראש־הקהל
The passage calls him a communal leader but does not explicitly name the community.
מאיר הערצקעם (טארעק) פון די כמיעלניקער ״גיבורים״
Caption relation is not fully clear.
לאנג־יאריקער פארװאלטונגם־מיטגליד פון דער קהילה
- role:
- long-serving community board member
די שול דאם גרויסע בית־המדרש
The surrounding passage concerns Chmielnik, but the phrase itself does not specify location.
אומגעקומען מיט דער גאנצער כמיעלניקער עדה ײדן
דעם גורל פון דער כמיעלניקער קהילה
Sharing the community's fate does not explicitly establish membership.
דעם גורל פון דער כמיעלניקער קהילה
Sharing the community's fate does not explicitly establish membership.
האט נאך געפירט דאם רבגות אין כמיעלניק
- role:
- rabbi
דער כמיעלניקער פרנם דוד זאלצמאן
Identifies him as a Chmielnik merchant, not necessarily formal membership.
כמיעלניק האט אויך געהאט א צאל תלמידים, װעלכע זענען אנגענומען געװארן אין דער בארימטער ״ישיבת חכמי לובלין״
The text says some Chmielnik students were admitted; it does not identify them individually.
יאנקל פרידמאן (אומגעבראכט מיט דער כמיעלניקער קהילה)
געטא
The hospital is described as being in a ghetto; this passage does not explicitly identify which town's ghetto.
דער בוסקער לאנדראט האט מיט דער גאגצער פערפידיע פארזיכערט אז די כמיעלניקער ײדן זענען ארבעטער
פארן מיט דער קאלעיקע קײן יענדזשעיאװ
- context:
- wartime journey by rail
און פון יענדזשעיאװ קײן קעלץ
- context:
- intended onward journey
די מעגטשן האבן געװאנדערט פון פוילן קײן דײטש־ לאנד
The text refers to people migrating; it does not specify every community member.
- origin:
- Poland
- subject:
- survivors from Chmielnik
פאר כמיעלניקער
פדן זײן קהילה ר׳ יוחנן סילמאן
OCR is unclear in this phrase; community membership is indicated by the surrounding context.
הוכתר בה לראב״ד
- role:
- appointed head of rabbinical court
אין שטעטל די ערשטע מאטאריזאציע דורך אויפשטעלן א באן־םטאציע
The town is understood from the supplied community context.
כמיעלניקער ײדן׳ א קײמא־לן פון פיל טויזנטער נפשות
אלם כמיעלגיקער רב
- role:
- rabbi
אין כמיעלניק גופא געזעסן א בית־דין
Cossacks hanged three Jews in Chmielnik in 1914, accusing them of espionage.
A sled carrying young people collided with a farm cart; several were injured and one later died.
A dispute over the Chmielnik rabbinate: after Rabbi Silman’s death, the community solicited candidates; Rabbi Epstein sought the post, and a ruling affirmed that the rabbinate belonged to Rabbi Silman’s son.
The Jewish population was told to assemble at the Chmielnik Targowica before being sent away.
Epstein was elected rabbi by a majority of one vote, despite opposition to his appointment.